רוי:רבי יעקב צבי וואלדמאן

ווערסיע פון 17:57, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

רבי יעקב צבי "הערש" וואלדמאן (נפ' כ"ז אב תרמ"ג) איז געווען רב אין בארשא, אונגארן (היינט רומעניע).

קשר מיט מנהיגי הדור

רבי יעקב צבי האט זיך געשריבן בריוון און שאלות ותשובות מיט די גרויסע לייבן אין זיינע צייטן ווי לדוגמא דער דברי חיים פון צאנז און דער ייטב לב פון סיגעט, און ער איז געווען א חבר מיטן קול ארי' פון בערעגסאז.

מערכות

רבי יעקב צבי איז געווען א ריכטיגער אונגארישער רב מיט דעם וואס ער האט מקיים געווען ולא תגורו מפני איש, ער האט זיך געשטעלט מיט א פעסטקייט דארט ווי ער האט געהאלטן אז עס ווערט געטון מעשים קעגן דער תורה.

רבי יעקב הערש האט זיך אמאל אויסגעדריקט שארף קעגן דעם וואס די חסידים פון רבי מנחם מענדיל, דער ערשטער וויזשניצער רבי, האבן באטיטלט זייער רבי ר' מנחם מענדיל אלס משיח. רבי יעקב הערש האט געזאגט אז דאס איז כפירה און משיח שקר. די וויזשניצער חסידים האבן געעפנט א מערכה קעגן רבי יעקב הערש און זיי האבן אויסגערופן קעגן אים א חרם. דער צאנזער רב האט אפגעשיקט קיין בארשא א גאר שארפן בריוו צו די איינוואוינער פון בארשא אז זיי זאלן ח"ו נישט טשעפן דעם כבוד פון זייער רב ר' יעקב הערש.

אויך זענען פארהאן בריוון פון גדולי ישראל ווי זיי נעמען זיך אן פאר זיין כבוד נאכדעם וואס די ראשי הקהלה אין בארשא האבן גענוצט א האלב פארענדיגטע בנין אלס א ליים גריב קעגן דעם פסק הלכה פון רב אז מען טאר דאס נישט טון.[1]

פטירתו

רבי יעקב הערש האט אויסגעדינט זיינע יארן אלס רב אין בארשע ביז צו זיין פטירה און דערנאך האט די קהילה אויפגענועמן זיין זון רבי משה עזריאל וואלדמאן אלס ממלא מקומו און רב פון שטאט.

רבי יעקב צבי איז נפטר געווארן כ"ז אב תרמ"ג אין וויען ושם מקום מנחתו בשער 1

מוסטער:רב-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. צפירת תפארה, פנחס קאהן, ברוקלין תשס"ג