טולן
[[טעקע:{{{2}}}|90px]]
GuentherZ 2010-04-24 0034 Tulln Hauptplatz.jpg
דער הויפט סקווער פון טולן
מדינה / טעריטאָריע Flag of Austria.svg עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 48°20′N 16°03′E / 48.333°N 16.050°E / 48.333; 16.050 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער פעטער אייזנשענק
שטח 72.23 קוואדראט ק"מ
הייך 180 מעטער

 ‑ אין שטאָט

16,156‏  (שטייענדיג = 2017)

טולן אן דער דונאו (אידיש: טולן אויף דעם דוניי) (דייטשיש: Tulln an der Donau) אדער איינפאך טולן, איז א שטאט אין דעם פעדעראלען לאנד אויבער עסטרייך, וועלכע ווערט באטראכט אלס דער פאליטישער און ווירטשאפטליכער צענטער פונעם טולנפעלד געגנט (דייטשיש: Tullnerfeld). טולן באדינט אויך אלס די הויפטשטאט פונעם טולן באצירק וועלכער טראגט דעם זעלבן נאמען אזוי ווי די שטאט. צוליב דער גרויסער צאל פון פארקן און גארטנס וואס געפינען זיך אין איר, ווערט די שטאט באצייכנט אלס "די שטאט פון בלומען".

געאגראפיע

טולן ליגט הארט אין דעם טולן באצירק, וועלכע באגרענעצט זיך מיטן וויענער וואלד פון דרום, און וואגראם (דייטשיש: Wagram) געבערג-קייט פון צפון. די שטאט פארמאגט א טאטאלע אויסדענונג פון 72 קוואדראט קילאמעטער און ברייטערט זיך אויס אין ריכטונג פון ביידע זייטן פונעם דוניי טייך, וועלכע פליסט דורך דער שטאט אין לענג פון ארום פינף קילאמעטער. דער אויסגעבויטער טייל פון דער שטאט געפינט זיך הויפטזעכליך דרום פונעם דוניי. די שטאט ווערט איינגעזוימט פון צוויי באכן. די גרעסערע און נייסטע געגנט פון טולן געפינט זיך אין דעם וועסטליכן טייל פון דער שטאט, און די אלטע און קלענערע געגנט געפינט זיך אין דעם אסטליכן טייל. די הייך פון דער שטאט איז 180 מעטער איבער דעם ים פלאך. די אומגעבונג פון דער שטאט, איז פולשטענדיג אויסגעפלאכט אזוי ווי דער גאנצער טולן באצירק אייגנטליך, און נאר א קליינער טייל איז א ביסל וועללענדיג (דער וועללענדיגער חלק איז געשאפן געווארן אלס א רעזולטאט פון א העפטיגער פארפלייצונג וואס האט פאסירט איינמאל און פאראורזכט אז דער דוניי האט אריינגעפליסט אין טולן און פארפלייצט די שטאט'ס אומגעבונג). טולן ליגט 40 קילאמעטער פון וויען, די הויפטשטאט פון עסטרייך.

 
א פארצייטישע שוהל אין טולן

געשיכטע פון דער שטאט

טולן ווערט פארעכנט אלס איינע פון די עלטסטע און פארצייטישע שטעט אין עסטרייך. דער נאמען "טולן" שטאמט ווארשיינליך פון די קעלטן, טראצדעם וואס די טעאריע איז קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן (מסתמא צוליב דער אפוועזנהייט פון א באווייז). שוין פאר דער רוימישער עפאכע די געגענט איז באזידלט געווארן. אין דער ערשטער העלפט פון דעם ערשטן יארהונדערט נאך דער קריסטליכער ציילונג, האט זיך דער פלאך פון דער שטאט פארוואנדלט אין א בארימטער רוימישער פעסטונג. אין די לעצטע יארן פון דער רוימישער הערשאפט האט מען באריכטעט איבער דעם באזוך פון דעם גלח און מיסיאנער סעווערין פון נאריקום, וועמען די רוימן האבן געהאלטן פאר א "הייליגער מענטש", און אויך איז אויספירלעך באריכטעט געווארן איבער דער וואונדערבארער רעטונג פון דער שטאט פון אונטער די נעגל פון די בארבארן.

אין דער ענדע פונעם אכטן יארהונדערט איז טולן געווען א קליין שטעטל. דורך דער הערשאפט צייט פונעם קעניג קארל דער גרויסער, האט די שטאט געהאט א שטארקע אויסווירקונג אויף די האנדל מערק פונעם באבענבערגער הויז, צוליב איר לאקאציע אויף דעם דוניי טייך. צוזעצליך, האט די שטאט באקומען דעם טיטל "די הויפטשטאט פונעם לאנד". שפעטער האט טולן פארלוירן דעם טיטל און די וויכטיגקייט וואס זי האט געהאט פריער, צוליב דער גיכקייט אין דער אנטוויקלונג פון וויען, און צוליב נאך א גאנצער רייע פון צוזעצליכע געששענישן אזוי ווי צום ביישפיל פילמאליגע העפטיגע בראנדן, די אינוואזיע פון די פראנצויזן, און נאך.

אין יאר 1683 איז פארגעקומען אין דער שטאט די פארזאמלונג פון די רעגיאנאלע ארמייען מיט א ציל צו באפרייען און אויסלייזן וויען פון אונטער דעם יאך פון די טערקן.

אין יאר 1986 איז טולן געלויפן אלס קאנדידאט אין די וואלן פון א הויפטשטאט פאר נידער עסטרייך, אבער שליסליך, האט זי פארלוירן און אנשטאט דעם סאנקט פעלטן איז אויסגעוועלט געווארן צו באדינען אלס די הויפטשטאט.

 

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!