רוי:טוטאַנכאַמון

ווערסיע פון 16:54, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

 

מאַסקע פון טוטאַנכאַמון

טוטאַנכאַמון ("לעבעדיק בילד פון אַמון") איז געװען אַ מיצרישער קעניג פון דער 18טער דינאַסטיע. ער איז געבױרן געװאָרן אין 1345 און איז געשטאָרבן אין יאָר 1327 פאַר דער ציװילער רעכנונג.

כאָטש ער איז ניט געװען קײן װיכטיקער קעניג, איז ער געװאָרן זײער אַ באַקאַנטער זײט 1922. דאָס יאָר האָט האַװאַרד קאַרטער, אַן ענגלישער עגיפּטאָלאָג, אַנטדעקט זײן קבֿר לעבן דער שטאָט לוקסאָר, מצרים.

אָט דער קבֿר איז דער אײנציקער קעניגלעכער קבֿר װאָס איז גאַנץ אַנטדעקט געװאָרן אינעם טאָל פון די מלכים. מע האָט געפונען אין דעם קבֿר טױזנטער אָביעקטן. די דאָזיקע אָביעקטן זענען אוצרות, סײ װײל זײ זענען אָפט גאָלדן, סײ װײל זײ לערנען די עגיפּטאָלאָגן אַ סך װעגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פון די מיצרישע מלכים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!