רוי:רבי חנוך ערנטרוי (לאנדאן)

ווערסיע פון 16:46, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

הרב הדיין חנוך הכהן ערנטרוי (ענגליש: Chanoch Ehrentreu; געבוירן כ"ח כסלו תרצ"ג) איז א בריטישער רבדיין און מוהל וואס שטאמט פון דייטשלאנד. יארן לאנג איז ער געשטאנען ביים שפיץ פונעם לאנדאנער בית דין, ביז ער האט זיך פענסיאנירט אין 2007. היינט איז ער דער ראב"ד פונעם אייראפעאישן בית דין פון דער קאנפערענץ פון אייראפעישע רבנים, וואו ער איז פאראנטווארטלעכט פאר ענינים פון גירות.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געוואןר אין פראנקפורט צו הרב ישראל ערנטרוי (נפטר תשכ"ה), ראש ישיבה פון דער "עדת ישראל" ישיבה פון הרב שלמה זלמן ברויער אין פראנקפורט, און שפעטער רב פון דער שטאט טשעשאם, ענגלאנד, און צו זיין ווייב בלומא. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידן, הרב חנוך ערנטרוי, רב פון מינכן. ווען די צווייטע וועלט-מלחמה האט אויסגעבראכן איז זיין משפחה געקומען צום פאראייניגטן קעניגרייך. ער האט געלערנט אין דער גייטסהעדער ישיבה, און דערנאך אין דער סונדערלאנדער ישיבה. ער האט געהייראט רחל שטערנבוך, שוועסטער פון די רבנים אליהו און משה שטרנבוך. איר שוועסטער יהודית איז די ווייב פון הרב משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק. נאך דער חתונה האט ער געלערנט זיבן יאר אין דער גייטסהעדער כולל.

אין תש"ך האט ער געגרינדעט דעם כולל אין סונדערלאנד, וואו ער האט געוואוינט קרוב צו צוואנציק יאר. אין די סוף 1970ער יארן האט מען אים באשטימט אב בית דין אין מאנטשעסטער אלס ממלא מקום פון הרב יצחק יעקב ווייס וואס איז דאן ארויף קיין ישראל צו ווערן ראב"ד פון דער עדה החרדית. הרב ערנטרוי האט נאך נישט געהאט קיין דערפארונג אין דיינות, און איז פריער געפארן אין ישראל וואו ער האט משתתף געווען ביי פארשידענע  בתי דינים, און אויך האט באקומען שימוש ביי הרב יוסף שלום אלישיב און הרב שלמה זלמן אויערבך. אין דעם מאנטשעסטער בית דין האט ער געדינט זעקס יאר, פון תשל"ט ביז תשמ"ד.

אין 1984 האט די פאראייניגטע קהילה אים באשטימט צו ווערן דער הויפט (ראש בית דין) פון דעם לאנדאנער בית דין. ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז 2006, ווען ער האט זיך פענסיאנירט. דערנאך איז ער געווארן דער ראב"ד פונעם אייראפעאישן בית דין פון דער קאנפערענץ פון אייראפעישע רבנים, וואו ער איז פאראנטווארטלעכט פאר ענינים פון גירות.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!