רוי:חיים גראדע

ווערסיע פון 16:40, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
חיים גראדע אין 1929

חיים גראַדע (4טן אפריל, 1910, ווילנע - 26סטן יוני, 1982, ניו–יאָרק) איז געווען איינער פון די אָנגעזעענסטע שרײַבער אויף ייִדיש פונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.

ביאגראפיע

חיים גראדע איז געבוירן געווארן אין ווילנע, רוסלענדישע אימפעריע, הײַנט ליטע דעם 4טן אפריל 1910. ער איז געווען דער זון פון שלמה מרדכי גראַדע, אַ מלמד פון העברעאיש און א משכיל.

אַלס קינד אין ווילנע האָט ער געלערנט בײַם חזון איש. געלערנט צװישן אַנדערע אין ביאַליסטאָקער מוסרישיבה אױפן נאווהארדאקער סטיל, די דאָזיגע ערפאַרונג זײנע האָט אים געדינט אַלס אינספּיראַציע שפּעטער בײם שרײבן די באַרימטע ביכער.

ער האָט אויך טײלװײז געלערנט אין וועלטלעכע שולן און ווי אַן אויטאָדידאַקט.

צו 22 יאָר אַוועק פון ישיבֿה און אָנגעהויבן שרײַבן לידער (ערשטע פּובליקירטע לידער אין דער צײַטונג „ווילנער טאָג“ אין 1932. ער איז אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער גרופּע יונג ווילנע, פון וועלכער ער איז — צוזאַמען מיט אַבֿרהם סוצקעווער — דער פּראָמינענטסטער פאָרשטייער. זײַן ערשט לידערבוך, „יאָ“, איז דערשינען אין ווילנע אין 1936.

נאָכן אָנפאַל פון נאַצישן דײַטשלאַנד אויף ליטע, בעת דער צווייטער וועלט–מלחמה, אין יוני 1941, איז גראַדע געראָטן צו אַנטלויפן אין ראַטן–פאַרבאַנד, וווּ ער האָט זיך אויפגעהאַלטן ביז 1946. דערנאָך געוווינט אַ האַלב יאָר אין פּוילן און אַ יאָר אין פּאַריז, ביז ער האָט אין 1948 זיך באַזעצט אין ניו–יאָרק.

ביבליאגראפיע

די עגונה, ראמאן, 1961

וועבלינקען

דער פרייער מוסרניק שרייבער און פאעט חיים גראדע

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!