רוי:ווייסוויידל הערש
ווײַסוויידל הערש | ||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
זכר
נקבה (הינד)
| ||||||||||||||||
קאנסערווירונג סטאטוס | ||||||||||||||||
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||||||||
| ||||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||||
Odocoileus virginianus Zimmermann, 1780 | ||||||||||||||||
White-tailed Deer range map
| ||||||||||||||||
אונטערזגאלן | ||||||||||||||||
38 |
דער ווײַסוויידל הערש (Odocoileus virginianus), אויך באנקאנט ווי דער ווירזשיניע הערש, איז א מיטלגרייס הערש אלטגעזעסן אין די פאראייניגטע שטאטן (אחוץ פינף שטאטן), קאנאדע, מעקסיקא, צענטראלע אמעריקע, און דרום אמעריקע דרום ביז פערו. מען האט אים אויך אריינגעברענגט אין ניי זילאנד און א פאר לענדער אין אייראפע ווי, פינלאנד, טשעכיי, און סערביע.
דעם זגאל געפינט מען מערסטנס מזרח פון די ראקי בערג, אבער נישט אין א גרויסן טייל פון די מערב שטאטן, כולל נעוואדא, יוטא, קאליפארניע, האוואי, און אלאסקע.
דער ווײַסוויידל הערש האט נארמאל א געוויכט צווישן 57 און 237 קילאגראם, און איז לאנג צווישן 160 און 220 צענטימעטער. זיי זענען מערסטנס ברוין, אבער אמאל גרוי אדער רויטלעך אין ווינטער און זומער. די זכרים האבן גרויסע הערשהערנער, וואס פאלן אראפ אין ווינטער.
דער ווײַסוויידל הערש לעבט געווינלעך פון צוויי ביז דריי יאר, אבער אמאל לעבן זיי מער ווי צען יאר.[2]
זיי קענען זען נאר צוויי קאלירן, אבער נישט רויט און אראנזש.
רעפערענצן
- ↑ מוסטער:IUCN2008 Database entry includes a brief justification of why this species is of least concern.
- ↑ "Odocoileus virginianus". אוניווערסיטעט פון מישיגן מוזיי פון זאאלאגיע. Retrieved 28סטן אקטאבער 2010.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!