רוי:האלץ
האלץ איז א פלאַנצלעכער מיטל וואס מען קען געפינען אין די שטאמען און ווארצלען פון ביימער. אין א לעבעדיגן בוים טוט אויף דאס האלץ אז דער בוים קען שטיין גלייך אן א שטיץ און קען וואקסן הויך. אויך אין א בוים טוט דאס בוים פירן וואסער צווישן די ווארצלען און די בלעטער.
האלץ באדינט דעם מענטש אין פארשידענע ענינים. שוין טויזנטער יאר ניצט מען האלץ ווי א ברענשטאף צו היצן און אויך ווי א בוי מאטריאל, צו מאכן געווער און געצייג, פאר מעבל, און צו מאכן פון אים פאפיר. זייט 1900 ניצט מען האלץ אויך צו שאפן פראדוקטן ווי למשל צעלאפאַן.
האלץ איז א גאנץ שטארקער מאטריאל, אבער מען קען זי זעגן אויף שטיקער צום מאס וואס מען דארף.
מען פלעג בויען הייזער פון האלץ, און אפילו היינט בויט מען אין עטלעכע לענדער הייזער פון האלץ.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!