רוי:האלענדישע אנטילן
די האלענדישע אַנטילן (האלענדיש: Nederlandse Antillen) איז א געוועזן לאנד אינעם האלענדישן קעניגרייך. אריגינעל האט דאס לאנד באשטאנען פון א גרופע פון זעקס אינזלען אינעם קאראיבישן ים. טייל פון די אינזלען האט קריסטאפער קאלאמבוס אנטפלעקט אין 1493.
די אינזלען ארובא, באנער און קוראסאא געהערן צו די אונטערן-ווינט אינזלען, וואס זענען נאענט צו ווענעזועלע. די אינזלען סינט מארטן, סינט אויסטאטיוס און סאבא געהערן צו די איבערן-ווינט אינזלען, און זענען נאענט צו פארטא ריקא און די ווירדזשין אינזלען.
ארובא האט פארלאזט די האלענדישע אנטילן אין 1986. זייט ווען קוראסאא און סינט מארטן האבן פארלאזט די האלענדישע אנטילן דעם 10טן אקטאבער 2010, עקזיסטירט מער נישט דאס לאנד. די איבעריגע אינזלען געהערן היינט צו האלאנד.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!