רוי:אינזעקט

ווערסיע פון 09:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
אינסעקטן
אַ האָניק בין ציִעט אַרױס נעקטאַר פֿון אַ בלום
אַ האָניק בין ציִעט אַרױס נעקטאַר פֿון אַ בלום
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
(unranked): Ecdysozoa
שטאַם: ארטראפאדן
קלאַס: Insecta
קארל פאן לינע, 1758

אינסעקטן זענען די גרױסע גרופּע פֿון אַרטראָפאָדן און די מערסט צושפּרײטע און פֿאַרשידענאַרטיקע גרופּע פֿון בעלי חיים אױף דער ערד, מיט איבער אַ מיליאָן שױן דעפענירטע זגאלן - מער פֿון אַלע אַנדערע בעלי חיים גרופּעס צוזאַמען.

אינסעקטן געפֿינען זיך כּמעט אין אַלע סבֿיבֿות אױף דער פּלאַנעט, כאָטש בלױז אַ קלײנער נומער פֿון זגאַלן געפֿינט זיך אינעם אָקעאַן אַװוּ די קרעבסן פֿירן זיך צו געפֿינען דאָרטן מער אַנשטאָט אינסעקטן.

די גרעסטע גרופּעס פֿון אינסעקטן זענען די זשוקעס מיט 360,000 באַשריבענע זגאַלן, פלאטערלעך (170,000), פֿליגן און מאָסקיטן (120,000) און דער סדר פֿון בינען, װעספּן און מוראַשקעס (110,000).

די שאַצונגן פֿונעם כּוללדיקן נומער פֿון איצטיקע אינסעקט זגאַלן, אַרײַנגערעכנט די דאָזיקע פֿאָרמען װאָס זענען נאָך נישט באַװאוסט פֿאַר דער װיסנשאַפֿט, לױפֿט פֿון צװײ מיליאָן ביז פֿופֿציק מיליאָן, מיט נײַערע שטודיעס געבענדיק אַ קלענערען נומער פֿון בערך זעקס צו צען מיליאָן.

דערװאַקסענע מאָדערנע אינסעקטן ראַנגען אין גרײס פֿון 0.139 מילימיטער מיימאריד וועספ צו אַ 55.5 סענטימיטער לאַנג שטעקן אינסעקט.

דער שװערסטער דאָקומענטירטער אינסעקט איז אַ גיגאַנטישע וועטאַ (בײַ 70 גראםס), אָבער אַנדערע קאַנדידאַטן טוען אױך ארײַנרעכענען פאַרשידענע סאָרטן פֿון די גליזשוקעס.

די שטודיע פון אינסעקטן װערט אַנגערופֿן אין װיסנשאַפֿט ענטאמאלאגיע.

זשוקעס

פלאטערלעך

פליגן און מאסקיטן

בינען, וועספן און מוראשקעס