רוי:דארבי
דארבי (ענגליש: Derby) איז א שטאט אין דעם מזרח מידלאנדס ראיאן פון ענגלאנד. זי ליגט אויף די ברעגן פון דעם דערווענט טייך אין דעם דרום טייל פון דארבישיר. אין דעם 2001 צענזוס, איז די באפעלקערונג פון דער שטאט געווען 233,700.
אינדוסטריע
במשך אסאך יארן איז דארבי געווען אן אייזנבאן צענטער, וואס האט הויפטקווארטירט די מידלאנד באן. ביז היינט פאבריצירט מען באנען אין דארבי, און דארבי באן סטאנציע נעמט א וויכטיגן ארט אין דער באן נעצווערק. אין 2008 האט מען געעפנט אין דארבי א באן קאנטראלע צענטער פאר דער מזרח מידלאנדס באן נעצווערק.[1]
די צוויי גרעסטע ארבעט־געבערס אין דארבי, ראלס רויס און די טאיאטא מאטאר קארפאראציע זענען באשעפטיקט אין אינזשעניריע פאבריקאציע. עג באנק, דער אינטערנעץ און טעלעפאן באנק, איז באזירט אין דארבי. אנדערע מערקווירדיגע פירמעס זענען די באן סיסטעמען אינזשעניריע פירמע באמבארדיר טראנספארטאציע וואס פאבריצירן באן שינעס פארצייג ביי די דארבי קארעטע און וואגאן זאוואד, און אלסטאם וואס פאבריצירט גרויסע קראפט פלאנט קעסלען און היץ אויסבייטערס.
פון 1922 איז סינפין ליין געווען די היים פון דעם 250,000 קוואדראט מעטער ארט פון אינטערנאציאנאלע פארברענונג; לכתחילה פלעגן זיי פאבריצירן מאשינעריי פארן אויטאמאטישן צעפירן פון צעשטויבטן ברענשטאף צו הרובעס און בוילערס. שפעטער האבן זיי פראדוצירט פארע־גענערירן בוילערס וואס מען ניצט צו גענערירן עלעקטריע אין קראפט סטאנציעס. אין די 1990ער יארן האט ראלס־רויס אפגעקויפט די פירמע און דערנאך האט זי פארקויפט צו ABB גרופע.[2]
אנדענקפונקטן
די דארבי טורמע גייט צוריק ביז 1756.
דארבי אינדוסטריעלער מוזיי, וואס געפינט זיך אין דארבי סילק מיל, און ווייזט די אינדוסטריעלע ירושה און טעכנאלאגישע דערגרייכונג פון דארבי, כולל ראלס רויס עראפלאן מאטארן, באנען, גראבן און גיסערייען.
דארבי מוזיי און קונסט גאלעריע ווייזט מאלערייען פון זשאסעף רייט, אויך שיין קעניגליכע קרוין דארבי פארצעליי, נאטירלעכע היסטאריע, לאקאלע פאלקן און ארכעאלאגיע.
טראנספארט
שאסייען
אזוי ווי דארבי ליגט צענטראל אין הארץ פון ענגלאנד, איז ער געווארן א ראג וואס פארבינדט מיט אסאך ראיאנען אין לאנד. דער אויטאסטראד גייט אדורך בערך צען מייל מזרח פון דער שטאט, און פארבינדט דארבי מיט לאנדאן, שעפילד און לידז. נאך הויפט שאסייען וואס פארן אדורך דארבי אדער נאענט דערביי, זענען דער (היסטאריש איז דער שאסיי געווען דער הויפט שטראז פון לאנדאן קיין לעסטער, מאנטשעסטער און קארלייל), דער (באדמין צו מאנספילד דורך בריסטאל און בירמינגהאם), דער (ווארינגטאן צו לעסטער דורך סטאק-אן-טרענט), דער (ניוקאסל-אונטער-ליים צו מעבלטארפ, כולל "ברייען קלאף וועג" וואס פארבינדט דארבי מיט נאטינגהאם) און דער (דארבי צו טערסק דורך שעפילד און לידז).
באנען
דארבי האט א באן שוין זייט 1840, ווען מען האט געעפנט די צפון מידלאנדס באן קיין לידז, און א רוטע צו נאטינגהאם און לעסטער פון דער מידלאנד קאנטן באן; אין 1844 האבן די קאמפאניס זיך פאראייניגט אין דער מידלאנד באן. די מידלאנד דארבי באן סטאנציע ווערט אפערירט דורך מזרח מידלאנד באנען, און האט עקספרעס באן דינסטן קיין לאנדאן, צפון מזרח און דרום מערב.
לופט
מזרח מידלאנדס פליפארט געפינט זיך 24 ק"מ פון דארבי.
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!