געווער אדער וואפן איז געצייג וואס ווערט באנוצט צווישן מענטש קעגן מענטש, אדער צו פאנגען חיות, און זיך באשיצן פון זיי, אמאל איז געווער בעיקר באשטאנען פון, שטיין. און אויך פון קופער, אייזן, און אנדערע מעטאלענע כלים. ביז ווען מען האט אויסגעפונען אויפרייס פולווער.

די כינעזער האבן דערפינדן שיספולווער אין די אוראלטע צייטן. מיט פולווער האט מען אנגעהויבן צו שאפן ביקסן און פיסטוילן צו כאפן בעלי חיים, אבער אויך צו שיסן אנדערע מענטשן. במשך די יארן האט מען דערפינדן נייע געווער. אין 1884 האט מען דערפינדן דעם מאשינביקס, וואס קען שיסן א סך קוילן גאר גיך.

געווער ווערט איינגעטיילט אין פארשידענע קאטעגאריעס.

געווער איז ווארשיינליך אלט ווי די מענטשהייט, מען טרעפט אין דער תורה, ווי קינדער פון למך האבן געמאכט געווער, און קין איז געהרגט געווארן דורך א פייל און בויגן.

פעציפסטן זען אין געווער, א נעגאטיווע און שלעכטע זאך, מיליטעריסטן האלטן זיך שטאלץ דערמיט, אין ישראל פלעגט די ארמיי מאכן מארשן, זיך צו ווייזן און אויפטון מיט זייער געווער, ביז מען האט עס אפגעשאפן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!