רוי:געיטסהעד
|
גייטסהעד (ענגליש: Gateshead) איז א שטאט אין צפון ענגלאנד, אויפן דרום ברעג פונעם טיין טייך, קעגן איבער ניוקאסטל.
גייטסהעדער יידנטום
די יידישע קהילה אין גייטסהעד האט ר' אליעזר אדלער געגרינדעט.
היינט וואוינען אין גייטסהעד קרוב צו 600 יידישע משפחות (מער ווי 3,000 מענטשן). אין די ישיבה זמנים קומען צו 1,500 ישיבה בחורים און סעמינאר מיידלעך. גייטסהעד האט זעקס ישיבות: גייטסהעדער ישיבה, סונדערלאנדער ישיבה, תפארת יעקב (ישיבה קטנה), באר התורה, נזר התורה און נתיבות התורה. אויך האט די שטאט פיר כל היום כוללים: גייטסהעדער כולל, בית התלמוד, סונדערלאנדער כולל און זכרון שאול.
בארימטע איינוואוינער
- אליעזר אדלער - גרינדער פון דער יידישער קהילה
- וויליאם בוט - גרינדער פון דער דערלייז ארמיי
- עמילי דייוויס - גרינדער פון גירטאן קאלעדזש, קעמברידזש
- דניאל דעפא - שרייבער
- רבי אברהם גורוויץ - גייטסהעדער ראש ישיבה
- רבי לייב גורוויץ - פריערדיקער גייטסהעדער ראש ישיבה
- הרב נפתלי שאקאוויצקי - שטאטס רב
- הרב בצלאל ראקאוו - שטאטס רב
- הרב שרגא פייוול זימערמאן - שטאטס רב
- רבי חיים קויפמאן - ראש ישיבה פון תפארת ישראל
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: געיטסהעד |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!