רוי:רבי אריה לייביש האלבערשטאם (זשמיגראד)

ווערסיע פון 01:22, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

רבי אריה לייביש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרע"ג - י"ח טבת ה'תשס"ז), זשמיגראדער רבי אין ארץ ישראל און מחבר פון "אריה שאג".

אפשטאם

רבי אריה לייביש איז געבוירן אין יאר ה'תרע"ג, צו זיין פאטער הרב סיני האלבערשטאם, רב אין זשמיגראד, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחמה די טאכטער הרב נפתלי הורוויץ פון מעליץ.

רבנות

רבי אריה לייביש איז געווען פון די אויסגעוועלטע תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין, א באליבטער תלמיד פון רבי מאיר שפירא און רבי שמעון זעליחאווער. אין דער צוויטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן קיין סיביר. נאך די קריג איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, נאך פארשידענע וואלגערנישן האט ער זיך באזעצט אין בני ברק, און געעפענט דארט זיין בית המדרש.

הסתלקות

פאמיליע

רבי אריה לייביש האט געהייראט בזיווג ראשון מרת אסתר מרים הדסה, א טאכטער פון הרב יהודה צבי בראנדוויין סטרעטינער רבי. זייערע קינדער:

  • הרב סיני האלבערשטאם, מחבר פון חידושי סיני.

בזיווג שני האט רבי אריה לייביש געהייראט א טאכטער פון הרב מנחם מענדל בארנשטיין. זייערע קינדער:

  • הרב חיים נפתלי אהרן האלבערשטאם.
  • הרב אברהם יחזקאל שרגא האלבערשטאם.
  • הרב צבי יעקב יהושע האלבערשטאם.
  • מרת לאה רחמה, די פרוי פון הרב חנניה יום טוב ליפא האלבערשטאם-רייך.

זיינע ספרים

  • אריה שאג

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!