רוי:אמבאסאדאר

ווערסיע פון 22:44, 26 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

אַמבאַסאַדאר איז דער העכסטער ראנג פון א דיפלאמאט וואס דינט זיין לאנד אין א פרעמד לאנד. ער האט אן אמבאסאדע, ד.ה. א געביידע וואס יענע לאנד אנערקענט אלס טעריטאריע פון דעם אמבאסאדאר'ס לאנד. געוויינלעך געפינט זיך די אמבאסאדע אין דער הויפטשטאט.

די טיטלען פון דיפלאמאטן זענען געווארן אוועקגעשטעלט ביים קאנגרעס פון ווין אין 1815.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!