רוי:אלבאטראס (צייטשריפט)

ווערסיע פון 22:13, 26 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

 

אַלבאַטראָס איז געווען אַ מאָדערניסטישע ליטעראַרישע צײַטשריפט אויף דער ייִדישער שפּראַך. דער גרינדער און דער רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל איז געווען דער דיכטער אורי צבי גרינבערג. עס זײַנען פאַרעפנטלעכט געוואָרן 4 בענדער פון "אַלבאַטראָס". די ערשטע צוויי בענדער זײַנען דערשינען אין 1922 אין וואַרשע. נאָך דעם, ווי דאָס אַרויסגעבן "אַלבאַטראָס" איז פאַרבאָטן געוואָרן דורך דער פּוילישער צענזור, איז אורי צבי גרינבערג אריבערגעפאָרן קיין בערלין. דאָרט האָט ער אַרויסגעגעבן דעם 3טן און דעם 4טן באַנד פון דער צײַטשריפט. אויף די שפּאַלטן פון "אַלבאַטראָס" איז צווישן אַנדערס אַרויסגעגעבן געוואָרן אורי צבי גרינבערגס באַרימטע פּאָעמע "אין מלכות פון צלם".

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!