רוי:אינזעקט
אינסעקטן | ||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||
|
אינסעקטן זענען די גרױסע גרופּע פון אַרטראָפאָדן און די מערסט צושפּרײטע און פאַרשידענאַרטיקע גרופּע פון בעלי חיים אױף דער ערד, מיט איבער אַ מיליאָן שױן דעפענירטע זגאלן - מער פון אַלע אַנדערע בעלי חיים גרופּעס צוזאַמען.
אינסעקטן געפינען זיך כּמעט אין אַלע סבֿיבֿות אױף דער פּלאַנעט, כאָטש בלױז אַ קלײנער נומער פון זגאַלן געפינט זיך אינעם אָקעאַן אַװוּ די קרעבסן פירן זיך צו געפינען דאָרטן מער אַנשטאָט אינסעקטן.
די גרעסטע גרופּעס פון אינסעקטן זענען די זשוקעס מיט 360,000 באַשריבענע זגאַלן, פלאטערלעך (170,000), פליגן און מאָסקיטן (120,000) און דער סדר פון בינען, װעספּן און מוראַשקעס (110,000).
די שאַצונגן פונעם כּוללדיקן נומער פון איצטיקע אינסעקט זגאַלן, אַרײַנגערעכנט די דאָזיקע פאָרמען װאָס זענען נאָך נישט באַװאוסט פאַר דער װיסנשאַפט, לױפט פון צװײ מיליאָן ביז פופציק מיליאָן, מיט נײַערע שטודיעס געבענדיק אַ קלענערען נומער פון בערך זעקס צו צען מיליאָן.
דערװאַקסענע מאָדערנע אינסעקטן ראַנגען אין גרײס פון 0.139 מילימיטער מיימאריד וועספ צו אַ 55.5 סענטימיטער לאַנג שטעקן אינסעקט.
דער שװערסטער דאָקומענטירטער אינסעקט איז אַ גיגאַנטישע וועטאַ (בײַ 70 גראםס), אָבער אַנדערע קאַנדידאַטן טוען אױך ארײַנרעכענען פאַרשידענע סאָרטן פון די גליזשוקעס.
די שטודיע פון אינסעקטן װערט אַנגערופן אין װיסנשאַפט ענטאמאלאגיע.
זשוקעס
פלאטערלעך
פליגן און מאסקיטן
בינען, וועספן און מוראשקעס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!