רוי:איינגעשלאסן לאנד
א לאנד וואס איז לאנד איינגעשלאסן איז אינגאנצן ארומגענומען מיט יבשה און האט נישט קיין אויסגאנג צום ים.
אין דער היינטיגער וועלט זענען דא 44 אזעלכע לאנד איינגעשלאסענע לענדער. אן א צוגאנג צום וואסער-בארטן איז זייער שווער צו האנדלען מיט פרעמדע לענדער דורך וואסער טראנספארט, וואס ביזן היינטיגן טאג איז עס א וויכטיגער חלק פון דעם וועלטליכן מסחר - טראץ וואס די טעכנאלאגישע פארשריט פון אוויאציע האבן עטוואס אוועקגענומען פון זיין קריטישקייט.