רוי:רבי אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)

ווערסיע פון 12:25, 25 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

רבי אברהם חיים הורוויץ זצ"ל (ה'תר"י - כ"ט תשרי ה'תרע"ט), דער פלאנטשער רב.

אפשטאם

רבי אברהם חיים איז געבוירן אין יאר ה'תר"י, צו זיין פאטער הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות

רבי אברהם חיים איז געווען באקענט אין זייינע יונגע יארן אלס גרויסער למדן, אין ראזוואדאוו האט ער געלערנט מיט זיין שוואגער רבי שלום דוד אונגאר. יונגעהייט האט ער זיך געלאזט פארהערן ביים צאנזער רב, וועלכער האט אים אנגעזאגט, "זאלסט לערנען אסאך ש"ך, ס'שארפט אויס דעם שכל".

רבי אברהם חיים איז אופגענומען געווארן רב אין פלאנטש, וואס געפינט זיך אויף דער פוילישער זייט. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרנ"ד האט ער אנגעהויבן פראווען דארט רביסטעווע, ס'ווערט דערציילט אז ער האט דארט געהאט צענדליגע טויזנט חסידים.

ווען קאנגרעס פוילן האט פארטריבן אלע פרעמדלינגען האט רבי אברהם חיים זיך באזעצט אין ראדאמישל און דארט אנגעפירט מיט זיין רעביסטעווע. אין ראדאמישל האט זיך געשאפן א שפאנונג צווישן רבי אברהם חיים אין דעם ארטיגן רב רבי שמואל ענגיל, ווען די חסידים פון שטאט האבן געוואלט אויפנעמן רבי אברהם חיים אלס רב. אין יאר ה'תרע"א איז רבי אברהם חיים אריבער וואוינען קיין ריישא.

די עבודה פון רבי אברהם חיים איז געווען זייער אויסגערופן, מען האט אים שטענדיג געזעהן זיצן אין זיין שטיל און לערנען, פערציג יאר האט ער זיך נישט געלייגט אין קיין בעט. זיין דאווענען איז געווען מיט אגעוואלדיגן ברען, וועלכע האט אריינגעברענט א גייסטליכן לעבן אין אלע ארומיגע מענטשן.

רבי אברהם חיים האט פארמאגט א זיסע שטומע און מוזיקאלישע טאלענטן, פרייטאג צו-נאכטס פלעגן חסידישע יידן ליב האבן צו קומען צו זיינע טישן הערן זיינע זמירות פון שבת קודש. רבי אברהם חיים האט פארפאסט אסאך ניגונים וועלכע ווערן נאך שטענדיג געזינגן אין חסידישע הייפער.

הסתלקות

רבי אברהם חיים איז נפטר געווארן כ"ט תשרי ה'תרע"ט, אין ריישא.

פאמיליע

אין עלטער פון דרייצען יאר האט רבי אברהם חיים געהייראט א טאכטער פון הרב בצלאל פילזנער אדער וויינבערגער. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!