רוי:אייזן עפאכע

ווערסיע פון 12:52, 4 יולי 2022 דורך YI>YariDarling
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

די אײַזן עפּאָכע איז די דריטע עפאכע פון דער דריי-פאכיגער סיסטעם פון פרעהיסטארישע עפאכעס. די ערשטע צוויי זענען די שטיין עפאכע און די בראנדז עפאכע. אין דער אייזן עפאכע האבן זיך מענטשן אויסגעלערנט וויאזוי זיך צו באנוצן מיט מעטאלן, בעיקר אייזן וויאזוי צו מאכן דערפון געווער און געצייג.

עס איז נישט דא קיין געוויסע צייט ווען די עפאכע האט זיך אנגעהויבן אדער געענדיגט, נאר אין יעדער ראיאן איז עס געווען אנדערש. ווען אין געוויסע פלעצער איז מען שוין געווען פארגעשריטן, איז מען אין אנדער פלעצער נאך געווען צוריקגעשטאנען. עס איז אויך נישט דא קיין געשריבענע רעקארדס פון די עפאכע, ווייל מען האט דאן נאכנישט געוויסט וויאזוי צו שרייבן. אלעס וואס מען ווייסט וועגן די עפאכע, ווייסט מען נאר פון ארכעאלאגיע. די אייזן עפאכע ענדיקט זיך ווען מען האט אנגעהויבן שרייבן רעקארדס פון די געשענישען. די תקופה נאך דער אייזן עפאכע ווערט אנגערופן אוראלטע היסטאריע.