רוי:איגאר סטראווינסקי

ווערסיע פון 13:48, 1 סעפטעמבער 2022 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
איגאר סטראַווינסקי

איגאר סטראַווינסקי (אראַניענבוים, 17טן יוני 1882ניו יארק, 6טן אפריל 1971) איז געווען פון די חשובסטע קאמפאזיטארן פונעם 20סטן יארהונדערט. ער איז געהאדעוועט געווארן אין רוסלאנד. ביי דער רוסישער רעוואלוציע האט ער זיך געצויגן אין דער שווייץ שפעטער קיין פאריז, און ענדלעך, ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן אין 1939, איז ער אריבער אין די פאראייניגטע שטאטן.

סטראווינסקי האט געשריבן מוזיק אין פארשידענע סטילן. צו ערשט האט ער געשריבן ענלעך צו זיין לערער ניקאליי רימסקי־קארסאקאוו. ער האט געהאט ספעציאל ליב רוסישע מוזיק. זיין מוזיק איז געווען שטארק קאמפליצירט, אבער לעבעדיק.