רוי:אטעם
אטעמען איז די ארבעט וואס טראנספערירט אקסיגען אריין אין קערפער און קארבן דיאקסייד ארויס פון קערפער.
מענטשען דורכשניטלעך טוען אטעמען פון 12 ביז 20 מאל אין א מינוט, קינדער טוען שנעלער אטאמען ווי ערוואקסענע, בעיביס קענען אטעמען ביז 40 מאל א מינוט. א פערצען יעריגער בחור אטעמעט אריין בערך 30,000 מאל א טאג.
ווען מען אטעמעט שטארק פארלירט מען וואסער פון קערפער דעריבער איז וויכטיג צו טרונקען פליסיגקייטן בשעת מען מאכט איבונגען.
אידישקייט
דאס לעבן פון די רוחניות טייל פון מענטש הייסט נשמה נאך די אטעמען טייל וואס אין לשון קודש הייסט נשימה, וואס איז שטארק אינטערגאל אין גשמיותדיגער לעבן. אבער היינט צוטאגס וויבאלד מען קען נאך לעבן אן אטעמען צוליב סי.פי.אר. וואס דינט ווי מעכאנישער ווענטאלאציע איז דאס שוין נישט דערקענט אלס טויט אן אטעמען.