רוי:אטאמקערן

ווערסיע פון 09:40, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

אטאמקערן אדער אַטאָמישער יאָדער איז דער מיטלסטער געדיכטער טייל פון דעם אטאם. עס באשטייט פון נייטראנען און פראטאנען. עס איז פיל קלענער ווי דער אטאם, נישט מער ווי 1/10000, אבער עס אנטהאלט 99.9% פון דעם אטאמ'ס מאסע, און עס האט נישט קיין עלעקטראנען.

טייל אטאמקערנס זענען נישט סטאביל, און זיי צעפאלן ראדיאאקטיוו אין קלענערע טיילן און לאזן אויס שטראלונג. דער פראצעס קען זיין נאטירלעך אדער דער פראדוקט פון א יאדער-שפאלטונג. די שטראלונג וואס קומט קען זיין איינע פון די פאלגנדע: