רוי:אזיע
שטח | 44,579,000 ק"מ2 |
באפעלקערונג | 4,164,252,000 |
לענדער | 48 (ליסטע) |
שפראכן | אזיאטישע שפראכן |
צייט זאנעס | UTC+2 ביז UTC+12 |
אַזיע איז דער גרעסטער און מערסט־באפעלקערטער קאָנטינענט פון דער ערד פלאנעט, און געפינט זיך אים דעם צפונדיקן און דעם מזרחדיקן האלבקוגל. אזיע באדעקט 8.6% פון דער ערד'ס אויבערפלאך שטח (אדער 29.9% פון דעם יבשה שטח) און, מיט בערך 4.427 ביליאן מענטשן, האט זי 60% פון דער וועלט'ס היינטיקער מענטשלעכער באפעלקערונג. אין דעם 20סטן יארהונדערט האט די באפעלקערונג פון אזיע געמערט פיר מאל.
די ימען ארום אזיע זענען דער מיטלענדישער ים, דער שווארצער ים, דער אינדישער אקעאן צו דרום, דער פאציפישער אקעאן צו מזרח און דער ארקטישער אקעאן צו צפון. אזיע איז צעשיידט פון אייראפע מיט די קאווקאז בערג און די אוראל-געבערג.
דער אזיע קאנטינענט איז דער גרעסטער פון אלע קאנטינענטן. אזיע באדעקט בערך 3/10 פון דער וועלט'ס יבשה, און האט מער איינוואוינער ווי אלע אנדערע קאנטינענטן מיט אומגעפער 3/5 פון דער וועלט'ס באפעלקערונג. אזיע באציט פון די פארפרוירענע ארקטישע ראיאנען אין צפון ביז די הייסע עקוואטארישע לענדער אין דרום, און אנטהאלט ריזיגע פוסטע מדבריות, ווי אויך די העכסטע בערג אין דער וועלט און פון די לענגסטע טייכן.
אזיע האט נישט קיין נאטירלעכע גרענעצן ווייל זי איז געאגראפיש פארבונדן מיט אייראפע, אבער קולטורעל איז פאראן א גרוייסער ווייט צווישן זיי. ס'איז ברייט אנגענומען צו רעכענען די גרענעצן פון אזיע מזרח פון די סועץ קאנאל, טייך אוראל און אוראל געבערג, דרום פון די קאווקאז בערג, קאספישן ים און שווארצן ים. צו צפון פון אזיע געפינט זיך דער ארקטישער אקעאן, צו מזרח דער פאציפישער אקעאן און צו דרום דער אינדישער אקעאן.
דער נאמען אזיע שטאמט פון אוראלטע צייטן.
היסטאריע
די היסטאריע פון אזיע איז אין אמת'ן די באזונדערע היסטאריעס פון מזרח אזיע, דרום-מזרח אזיע, דרום אזיע און דעם מיטל מזרח. אין די בארטן פעריפעריעס האבן זיך אנטוויקלט די אוראלטע ציוויליזאציעס פון דער וועלט, יעדע איינע ארום א פרוכבארן טאל, צווישן זיי מעסאפאטאמיע און דער אינדוס טאל. ס'איז מעגלעך אז זיי האבן געטוישט צווישן זיך וויסנשאפט און טעכנאלאגיעס, ווי מאטעמאטיק און דעם ראד.
דער איסלאמישער כאליפאט האט איבערגענומען דעם מיטל מזרח און צענטראל־אזיע ביי דער איסלאמישער עקספאנסיע אינעם 7טן יארהונדערט. די מאנגאלישע אימפעריע האט איינגענומען א גרויסן טייל פון אזיע אין דעם 13טן יארהונדערט, א שטח פון כינע ביז אייראפע.
דער שווארצער טויט, פון די שווערסטע פאנדעמיעס אין דער מענטשלעכער היסטאריע, האט אנגעהויבן אייגענטלעך אין די פארטריקנטע פלוינען פון צענטראל־אזיע, פון וואנעט ער איז ווייטערגעגאנגן אדורך דער זיידן גאס.
די רוסלענדישע אימפעריע האט זיך אנגעהויבן פארגרעסערן אין אזיע פונעם 17טן יארהונדערט, און ענדלעך האט זי געהערשט איבער גאנץ סיביר און דעם גרעסטן טייל פון צענטראל-אזיע ביים סוף פונעם 19טן יארהונדערט. די אטאמאנישע אימפעריע האט געהערשט איבער אנאטאליע, דעם מיטל מזרח, צפון אפריקע און די באלקאן לענדער פונעם 16טן יארהונדערט. אינעם 16טן יארהונדערט האט די איסלאמישע מוגהאל אימפעריע געהערשט איבער א גרויסן טייל פון אינדיע. אינעם 17טן יארהונדערט האבן די מאנטשו איינגענומען כינע און זיי האבן געגרינדעט די טשינג דינאסטיע.
געאגראפיע
אזיע איז דער גרעסטער קאנטינענט אויף דער ערד. זי באדעקט 8.8% פון דער ערד'ס גאנצן אייבערפלאך—30% פון דער יבשה—און האט די גרעסטע בארטן־ליניע, לאנג 62,800 קילאמעטער. אזיע איז פלאצירט מזרח פונעם סועץ קאנאל און די אוראל בערג, און דרום פון די קאווקאז בערג און די קאספישער און שווארצער ימען. אזיע גרענעצט זיך צו מזרח מיטן פאציפישן אקעאן, צו צפון מיטן ארקטישן אקעאן און צו דרום מיטן אינדישן אקעאן. אזיע איז צעטיילט אין 48 לענדער, צוויי דערפון (רוסלאנד און טערקיי) זענען טייל אין אייראפע.
אזיע האט פארשידנדיקע קלימאטן און געאגראפיע. אין סיביר האט מען ארקטישן קלימאט, אבער דרום אינדיע און דרום־מזרח אזיע האבן א טראפישן קלימאט.
דער לענגסטע טייך אין אזיע איז דער יאנגצע טייך אין כינע. די הימאלייע צווישן נעפאל און כינע איז די העכסטע בארג קייט אין דער וועלט.
עקאנאמיע
אזיע האט דעם צווייטן גרעסטן ווערד-פראדוקט פון די קאנטינענטן, נאך אייראפע, אבער דעם גרעסטן ווען געמאסטן לויטן גלייכן קויפקראפט. אין 2011 זענען געווען די גרעסטע נאציאנאלע עקאנאמיעס אין אזיע די פון כינע, יאפאן, אינדיע, דרום קארעע און אינדאנעזיע. אין די שפעטערדיקע 1990ער און פריערדיקע 2000ער יארן, זענען די עקאנאמיעס פון כינע[1] און אינדיע, געוואקסן געשווינט, ביידע מיט א דורכשניטלעכער יערליכער געוואוקס ראטע פון מער ווי 8%. אנדערע לענדער אין אזיע וואס וואקסן גיך זענען ישראל, מאלייזיע, אינדאנעזיע, באנגלאדעש, די פיליפינען, פאקיסטאן, וויעטנאם, מאנגאליי, אוזבעקיסטאן און ציפערן, און מינעראל רייכע לענדער ווי קאזאכסטאן, טורקמעניסטאן, איראן, ברוניי, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, קאטאר, קואווייט, סאודי אראביע, באכריין, און אמאן.
אנגוס מאדיסאן שרייבט אז די טויזנט יאר פאר יאר 0 האט אינדיע געהאט די גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט. כינע האט געהאט די גרעסטע און מערסט פארגעשריטענע עקאנאמיע אין דער וועלט דורך א גרויסן טייל פון איר היסטאריע, ביז די בריטישע אימפעריע (אחוץ אינדיע) האט זי איבערגעיאגט אינמיטן דעם 19טן יארהונדערט. עטלעכע יארצענדלינגען אין דעם 20סטן יארהונדערט האט יאפאן געהאט די גרעסטע עקאנאמיע אין אזיע, און די צווייטע גרעסטע פון אלע לענדער אין דער וועלט, אריבערשטייגנדיג דייטשלאנד אין 1968 און דעם סאוועטן פארבאנד אין 1986. דאס האט געצויגן ביז 2010, ווען כינע האט איבערגעיאגט יאפאן צו ווערן דער וועלט'ס צווייטע גרעסטע עקאנאמיע.
דרום קארעע, טייוואן, האנג קאנג און סינגאפור האבן אלע די סטאטוס היינט פון אנטוויקלטע לענדער. דער שטערקסט אנטוויקלט האנדל־בלאק אין אזיע איז דער פארבאנד פון דרום-מזרח אזיאטישע פעלקער.
אזיע איז אבער דער גרעסטער קאנטינענט אין דער וועלט, און איז רייך אין נאטירלעכע רעסורסן, ווי נאפט, וועלדער, פיש, וואסער, רייז, קופער און זילבער. טראדיציאנעל איז פאבריקאציע איז אזיע געווען דאס שטערקסטע אין מזרח און דרום־מזרח אזיע, ספעציעל אין כינע, טייוואן, דרום קארעע, יאפאן, אינדיע, די פילפינען און סינגאפור.
אין 2010 האט אזיע געהאט 3.3 מיליאנערן (ד"ה מענטשן וואס פארמאגן מער ווי US$1 מיליאן אחוץ די הייזער וואו זיי וואוינען), קעגן צפון אמעריקע מיט 3.4 מיליאן.
דעמאגראפיע
אין 2012 איז די באפעלקערונג פון אזיע געווען 4.175 ביליאן.
נעפאל, א לאנד אין דרום איזע, האט זיך באוועגט דאס גיכסטע זייט 1970, בעיקר אין געזונט און בילדונג. היינט איז די לעבנס-ערווארטונג 25 יאר מער ווי אין די 1970ער יארן. מער ווי 80 פראצענט פון קינדער לערנען אין אן עלעמענטאר-שולע היינט, קעגן 20 פראצענט פאר פערציג יאר.
שפראכן
אין אזיע זענען פאראן עטלעכע שפראכן פאמיליעס. רוב לענדער אין אזיע האבן מער ווי איין שפראך וואס איז א מוטערשפראך. אין אינדאנעזיע רעדט מען מער ווי 600 שפראכן, אין אינדיע מער ווי 800, און אין די פיליפינען מער ווי 100. די פארשידענע פראווינצן פון כינע האבן אסאך שפראכן און דיאלעקטן.
רעליגיעס
די רעליגיעס הינדואיזם, בודהיזם, דזשייניזם און סיקהיזם שטאמען אלע פון אינדיע אין דרום אזיע. אין מזרח אזיע, איבערהויפט אין כינע און יאפאן, האבן אנגעהויבן די רעליגיעס קאנפוציאניזם, טאאיזם און זען בודהיזם. די גרעסטע רעליגיע אין אזיע איז איסלאם. אויך איז פאראן קריסטנטום אין דער מערהייט פון לענדער אין אזיע. יידישקייט טרעפט מען אין ישראל מיט זיבן מיליאן יידן, אויך אין א טייל אנדערע לענדער זענען דא יידן, למשל אין האנג קאנג.
די מעשה וועגן דעם מבול ווערט דערציילט אין דער תורה. אויך אין אנדערע מקורות ווערט די מעשה געברענגט. אין דער מעסאפאטאמישער מיטאלאגיע ווערט דער מבול דערמאנט אינעם גילגאמעש עפאס. אויך אין אינדישער מיטאלאגיע און כינעזישער מיטאלאגיע ווערט דערמאנט דער מבול.
יידישקייט געפינט זיך מערסטנס אין ישראל, דאס היסטארישע היימלאנד פונעם יידישן פאלק. בערך העלפט פון די יידן היינט אין ישראל שטאמען פון לענדער אין אזיע און אפריקע (ספרדים) קעגן העלפט וואס קומען אייראפע און צפון אמעריקע (מערסטנס אשכנזים).
קריסטנטום איז גאנץ פארשפרייט ארום אזיע. אין די פיליפינען און מזרח טימאר איז קאטאליציזם די הערשנדיקע רעליגיע, אריינגעברענגט דורך די שפאניער און די פארטוגעזער.
דזשייניזם געפינט זיך מערסטנס אין אינדיע. סיקהיזם געפינט זיך אין אינדיע און אויך אין אינדישע געמיינדעס אין דרום־מזרח אזיע. טאאיזם געפינט זיך אין כינע, טייוואן, מאלייזיע און סינגאפור.
מאדערנע קאנפליקטן
זייט דער צווייטער וועלט-מלחמה האבן פאסירט אין אזיע:
קולטור
נאבעל פריזן
דער ערשטער נאבעל פריז געווינער פון אזיע איז געווען ראבינדראנאט טאגאר, א בענגאלישער דיכטער, דראמאטורג און פארפאסער פון סאנטיניקעטאן, היינט אין מערב בענגאל, אינדיע. ער איז באלוינט געווארן אין 1913 מיטן נאבעל פריז פאר ליטעראטור. אויך האט ער געשריבן די נאציאנאלער הימענס פון באנגלאדעש און אינדיע.
צווישן די אזיאטישע פארפארסער וואס זענען געווארן באלוינט מיטן נאבעל פריז זענען יאסונארי קאוואבאטא (יאפאן, 1968) און מא יאן (כינע, 2012).
אנדערע אזיאטישע נאבעל פריז געווינער זענען סובראהמאניאן טשאנדראסעקאר, אבדוס סאלאם, ישראל אוימאן, מנחם בעגין, אהרן טשעכאנאווער, אברם הערשקא, דניאל כהנעמאן, שמען פערעס, יצחק ראבין, עדה יאנאט און קים דיי-דזשונג.
ליסטע פון לענדער אין אזיע
- אוזבעקיסטאַן
- אינדאנעזיע
- אינדיע
- איראן
- איראק
- אָמאַן
- אפגאניסטאן
- באנגלאדעש
- באכריין
- בהוטאַן
- ברוניי
- Flag of South Korea.svg
- וויעטנאם
- טייוואן
- טאדזשיקיסטאן
- טיילאנד
- טורקמעניסטאן
- יאפאן
- Flag of Jordan.svg
- מדינת ישראל
- כינע
- לאאס
- לבנון
- מאלדיוון
- מאלייזיע
- Flag of Mongolia.svg
- מיאנמאר
- נעפאל
- סאודי אראביע
- סינגאפור
- סיריע
- סרי לאנקא
- פאקיסטאן
- פאראייניגטע אראבישע עמיראטן
- פיליפינען
- צפון קארעע
- קאזאכסטאן
- קאטאר
- קאמבאדיע
- קואוועיט
- קירגיזסטאן
- תימן
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ Five Years of China's WTO Membership. EU and US Perspectives on China's Compliance with Transparency Commitments and the Transitional Review Mechanism, Legal Issues of Economic Integration, Kluwer Law International, Volume 33, Number 3, pp. 263-304, 2006. by Paolo Farah
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
קאנטינענטן פון דער וועלט | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|
אזיע |
אפריקע |
אייראפע |
צפון אמעריקע |
דרום אמעריקע |
אויסטראליע |
אנטארקטיקע |