רוי:אולטראוויאלעט

ווערסיע פון 17:41, 21 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q11391 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אולטראַוויאלעטע ליכט (אויך גערופן UV ליכט, ר"ת פון ultraviolet) איז עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג מיט א כוואליע־לענג וואס איז קירצער ווי זעבארע ליכט, אבער לענגער ווי רענטגען שטראלן. דאס ווארט אולטראוויאלעט באדייט "ווייטער פון וויאלעט" (ultra איז לאטיין פאר "ווייטער פון"); וויאלעט איז דער זעבארער קאליר מיט דער קירצטער לענג. אולטראוויאלעט האט א כוואליע לענג צווישן 10 נאנאמעטער און 400 נאנאמעטער.

כאטש מענטשן קענען נישט זען אולטראוויאלעטע ליכט, אבער טייל אינסעקטן, רעפטיליעס, קראקאדילן און קליינע פייגעלעך קענען יא זען דאס.

אולטראוויאלעטע ליכט קען שעדיגן אדער הרגענן צעלן. ווען א מענטש באקומט צופיל אולטראוויאלעטע שטראלונג, למשל פון דער זון, ווערט זיין הויט פארברענט. אויך איז מעגלעך צו ליידן דערפון הויט ראק. דאס איז ווייל קורצע שטראלונג האט מער ענערגיע ווי לאנגע שטראלונג. מוסטער:וויסן-שטומף