רוי:אויפפיר

ווערסיע פון 16:34, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 74 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q9332 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אויפֿפֿיר מאלט אויס די אקציעס און רעאקציעס פון אן ארגאניזם אדער אן אביעקט. די רעאקציע קען זיין סיי באוואוסטזיניק סיי אונטערוויסיק, סיי אפן סיי באהאלטן און סיי ווילנדיק סיי אומווילנדיק (ספאנטאן).

ביאלאגיע

דער אויפפיר פון אן ארגאניזם ווערט געפירט דורך די הארמאן און נערוון סיסטעמען. די קאמפליצירטקייט פון דעם אויפפיר פון אן ארגאניזם ווענדט זיך אין דער קאמפליצירטקייט פון זיין נערוון־סיסטעם. אין אלגעמיין, אן ארגאניזם מיט א מער קאמפליצירטער נערוון־סיסטעם האט האט א גרעסערער פעאיקייט צו לערנען נייע רעאקציעס.

דער אויפפיר קען זיין סיי נאטירלעך סיי געלערנט.

דער אויפפיר פון בעלי חיים ווערט שטודירט אין פסיכאלאגיע, עטאלאגיע און סאציא-ביאלאגיע.

פסיכאלאגיע

מענטשלעכער אויפפיר קען זיין נארמאל אדער אומגעוויינטלעך, פאסיק אדער אומפאסיק.

זעט אויך