רוי:אויפן פריפעטשיק

ווערסיע פון 20:39, 14 נאוועמבער 2017 דורך 79.216.147.83 (שמועס) (Added link to free sheet music version for classical guitar)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אויפן פריפעטשיק איז א ליד וואס דער דיכטער מארק ווארשאווסקי האט קאמפאזירט און געשריבן אין סוף פונעם 19טן יארהונדערט. דאס ליד דערציילט וועגן א ווארעמען חדר, וואו א פייער ברענט אינעם פריפעטשיק און דער מלמד לערנט די קינדער דעם אלף בית.

דאס ליד איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין 1901 אין ווארשאווסקיס בוך "יידישע פאלקסלידער מיט נאטן". עס איז געווען דאס מערסט באקאנטע ליד פון ווארשאווסקי און איז גיך געווארן א סימבאל פון לעבן אין דעם יידישן שטעטל אין מזרח אייראפע. אין דעם ליד הערט מען ווי דער מלמד לערנט די קינדער דעם אלף בית אויפן טראדיציאנעלן שטייגער, יעדן אות מיט די פינטלעך.

מען הערט דאס ליד ביים סוף פון סטיווען ספילבערגס פילם "שינדלערס ליסטע".

די ווערטער

אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל
און אין שטוב איז הייס,
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
דעם אלף־בית.

רעפריין:
געדענקט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע,
וואס איר לערנט דא;
זאגט זשע נאך א מאל, און טאקע נאך א מאל:
קמץ־אלף: אָ!

לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק,
אזוי זאג איך אייך אן;
ווער ס'וועט גיכער פון אייך קענען עברי,
דער באקומט א פאן.

לערנט, קינדער, האט נישט מורא,
יעדער אנהייב איז שווער;
גליקלעך איז דער ייד לערנט תורה,
וואס דארפן מיר נאך מער?

ווען איר וועט, קינדער, עלטער ווערן,
וועט איר אליין פארשטיין,
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן
און וויפל געוויין...

אז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפן,
אויסגעמוטשעט זיין,
זאלט איר פון די אותיות כוח שעפן,
קוקט אין זיי אריין.

קישורים חיצוניים