רוי:אויף דער זייט ים

ווערסיע פון 18:42, 14 אפריל 2018 דורך YI>Haimlevy (תקלדה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

אויף דער זייט ים, בילדער פון אונזערע געלע און גרינע איז א יידיש בוך פון קורצע דערציילונגען, וואס זענען געשריבן דורך ישראל יוסף זעווין אונטער די פּענע-נעמען תשר"ק און יודקאָוויטש. עס איז דער פערטער פון די סעריע תשר"ק'ס בעסטע ערצעהלונגען דערשינען דורך פערלאג תשר"ק אין ניו יארק אין יאר 1910.

אינהאלט

דאס בוך איז א ליקוט פין זיינע דערציילונגען ווו ער שילדערט הומאריסטיש - אויפן סטיל פון שלום עליכם - דאס לעבן פון די אימיגראנטן אינעם נייעם לאנד, נעמלעך אמעריקע.

עס באשטייט פון די פאלגנדע פיר אפטיילונגען:

  • יום-טוב'דיגע ערציילונגען, דרייצן מעשה׳לעך
  • א מענשען'ס מזל, זיבן געשיכטעלעך
  • אלץ פאר'ן שטיקל ברויט, זעקס דערציילונגען
  • דעמענטיאַ אַמעריקאַנאַ, דריי געשיכטעס

בסך הכל אנטהאלט דאס בוך 160 זייטן.

וועב לינקען