רוי:רבי אהרן טיטיעווער

ווערסיע פון 00:48, 4 מאי 2022 דורך YI>ששון
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי אהרן פון שטאט טיטיעוו, אדער ווי מ'האט אים גערופן ר' אָהרעלע טיטיעווער.

ער איז געווען דער עלטסטער אייניקל פונעם בעל שם טוב, א זון פונעם בן יחיד פונעם בעל שם טוב - רבי צבי הערש

ער האט געוואוינט אין דער שטאט אלט-קאנסטאנטין, און שפעטער אין טיטיעוו וואו ער איז געווען דער גוטער יוד. (ער האט נישט געפירט קיין רעביסטעווע, אבער איז געווען באקאנט אלס בעל מופת).

ער האט געלעבט מיט גרויס דחקות. זיין זון רבי הערשעלע סקווערער איז געווען דער רבי שפעטער אין דער שטאט סקווירא.

ר' אהרן ליגט אין פאוועליטש וואס איז א דארף אין זשיטאמירער גובערניע (היינט אין אוקראינע).

ער איז נפטר געווארן אין פאוועליטש ט"ו טבת, אבער גענוי וועלכע יאר ווייסט מען נישט.

משפחה

ר' אהרעלע'ס קינדער זענען געווען: