רוי:שרה רוקח

ווערסיע פון 19:35, 31 יאנואר 2019 דורך YI>פוילישער (added Category:האגער פאמיליע using HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

שרה רוקח (כ"ח חשוון תש"ז) איז די בעלזער רביצין.

ביאגראפיע

זי איז געבוירן פרייטאג כ"ח חשוון יאר תש"ז צו איר פאטער רבי משה יהושע האגער, וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי, און איר מוטער מרת לאה אסתר. זי האט געלערנט אין דער וויזשניצער שולע אין בני ברק.

זי האט חתונה געהאט מיטן צוקונפטיגן בעלזער רב הרב ישכר דוב רוקח ה' אדר תשכ"ה אין קרית וויזשניץ, בני ברק. דאס פארפאלק האט געוואוינט אין דעם ערשטן אנדערהאלב יאר אין קרית וויזשניץ. נאכהער האבן זיי אריבערגעצויגן אין ירושלים, און איר מאן רבי ישכר דוב האט עמטליך איבערגענומען די פירערשאפט פונעם בעלזער חסידות און צו דינען אלס א רבי. 11 יאר נאך דער חתונה האט זי געבוירן זייער איינציגסטע קינד רבי אהרן מרדכי רוקח.

די רעביצין שטייט אין הויפט פון דער בעלזער פרויען ארגאניזאציע און פירט פארזאמלונגען פאר די בעלזער פרויען. איר שניר מרת שרה לאה שטייט צו איר אלס רעכטע האנט אין לייטונג פון דער ארגאניזאציע. זי איז באקאנט אלס גרויסע צדיקת און גייט מיט א ״שטערן טיכל״ (א ספעציעלער צודעק וואס פרויען טראגן אויפן קאפ). זי איז טעטיק צווישן די ווייבער און קינדער פון בעלז און אויך אין אנדערע קרייזן. פילצאליגע פרויען און אפילו מענער פירן זיך צו קומען און בעטן ברכות ביי איר, הויפטזעכליך פון סאטמאר און וויזשניץ. זי פירט זיך אויך צו ליינען קוויטלעך גענוי ווי געהעריגע רביס. די רעביצין שטייט אויך אין הויפט פון אן ארגאניזאציע מיטן נאמען "מגן ומושיע" וועלכע שטיצט אלמנות און יתומים, און פאר דעם צוועק פארט זי טיילמאל אין אויסלאנד אום צו שאפן געלט. זי פירט זיך צו רופן אדער אפילו באזוכן די משפחות וואס ווערן געשטיצט דורך איר ארגאניזאציע.

דורך די יארן ווען איר ברודער דער וויזשניצער רבי, רבי ישראל האגער איז געווען פארטריבן פון זיין פאטער'ס הויף פלעגט זי אים שטיצן, און שפעטער איז זי אויך געווען טעטיג מיט אים צוריקקערן אין וויזשניץ.

וועבלינקען

מוסטער:חסידות־שטומף