רוי:שניי

ווערסיע פון 12:20, 8 יוני 2020 דורך YI>פוילישער (←‏פארוואס איז שניי ווייס?)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
באן געשטראנדעט אין שניי.

שניי אינעם ווינטער סעזאָן פאַלט דאָס אַראָפּ ווי רעגן, ווייס און ווייך, אויפגעבלאָזן אפען און קריסטאַל בליטשעקדיג, וויבאַלד דער שיכט איז צאם געשטעלט פון אַסאך פאַרשידענע קליינטשיגע מינע אייז פאָרעמעס און סייזעס.

דאס ווערט באַשאַפן דורך דעם וואָס די וואָלקענעס ווערן געפרוירען אין די ספערן, פאַלט דאָס אייזיגערהייט אַנשטאָט רעגן פליסיגקייט אדער סתם אייז וואס ווערט געפרוירן נאכדעם וואס סאיז שוין געווען וואסער.

די פאָרעם פון די שניי שטיקלעך זענען יעדער איינע פארשידענארטיג, כמעט קיינמאָל וואס איינס ענדלט צום אנדערן. עס איז געווענליך פון זעקס זייטן, קונסטליך שיין.

שניי הילט איין און האלט דערמיט ווארעם די ערד און געוויקסען עס זאל נישט קאליע גיין פון די ווינטער פרעסט.


וואס איז שניי?

שניי איז דורכזעעוודיקע אייז קריסטאלן וועלכע פארמירן זיך ארום שטויב אדער אנדערע קליינע טיילעכלעך וועלכע געפינען זיך אין די אטמאספערע און קען נאר פאסירן וועלן די טעמפרעאטור איז אונטער די פרירן פונקט. די שניי קריסטאלן האלטן זיך געווענליך אינאיינעם און פארמירן שנייעלעך וועלכע קומען אין אלע פארעמען. שניי קען זיין גרויס און קליין און קען אמאל דעגרייכן ביז 4 אינטשעס גרויס.

די פארעמען פון שניי ווענדט זיך לויט די וועטער. אין שטארק קאלטע וועטערס וועלן די פארעמען זיין קלענער מיט ווייניגער שפיצן ווי אין א מילדערע וועטער. אין דורכשניטליכע וועטערס זענען רוב שניי שטיקער בערך א פערטל אינטש גרויס און פארמאגט זעקס שפיצן. ווען שניי לאנדעט אויף די ערד זאמלן זיי זיך אן איינע אויף די אנדערע צוליב זייער גרינגקייט. שניי פארמאגט טאקע וואסער אין זיך אבער דאס ביסל וואסער וואס דארט ליגט איז א קליינע פראצענט פון די גרויס פון די שניי. אויב די וועטער זאגט אז עס וועט שנייען 10-12 אינטשעס וועט דערפון שפעטער איבערבלייבן נאר 1 אינטש פון וואסער וועלכע איז בכלל נישט קיין סאך קעגן שטארקע רעגנס אין די זומער.

א שטארקער שניי־פאל הייסט א שניי שטורם; אז עס שנייט צוזאמען מיט א ווינט און מען קען כמעט גארנישט זען הייסט עס א זאווערוכע.

פארוואס איז שניי ווייס?

די פראגע איז א שטארקע פראגע ווייל אויב שניי איז נישט מער ווי פארפרוירענע וואסער קריסטאלן אינאיינעם דעמאלט ווי קומט אריין די קאליר ווייס?

די ענטפער איז אבער נישט אזוי פשוט און מען קען עס נאר פארשטיין אויב מען פארשטייט ערשט וויאזוי מיר זעען קאלירן און אונזערע אויגן.

מיר ווייסן אלע אז יעדע זאך אין די וועלט איז צוזאמענגעשטעלט פון מיליאנען אטאמען וועלכע האלטן זיך אינאיינעם און פארמירן דעם אביעקט. די אטאמען זענען קליינע שטייבעלעך וועלכע פארמאגן איך זיך א געוויסע מאס נאטורליכע ענערגיע וועלכע מאכט זיי זיך האלטן שטארק אינאיינעם. די אטאמען זענען אבער שטענדיג אנדערש און אמאל האט עס מער ענערגיע און אמאל ווייניגער און לויט דעם ווערט דער אביעקט געשאפן.

די נאטורליכע ענערגיע וואס יעדע אטאם פארמאגט ווערט געשאפן פון עטליכע זאכן און איינע פון זיי איז ליכטיקייט. יעדע אטאם נוצט אן אנדערע מאס פון ליכטיקייט און דאס מאכט אונז זען יעדע זאך אין אנדערע קאלירן. און אנדערע ווערטער איז טייטש אז לויט די מאס ליכטיקייט ענערגיע וואס די אטאמען האבן לויט דעם ווערט געשאפן א קאליר. עס זענען פאראן אביעקטן וועלכע זענען דורכזיכטיק און דאס פאסירט אויב עס איז צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען וועלכע זאפן בטבע נישט איין קיין ליכטיקייט ענערגיע. טייל פון זיי זאפן דאס יא איין אבער שפייען דאס צוריק אויס און דערפאר זעען מיר נישט קיין קאליר דערין.

אין פאקט איז אייז נישט דורכזיכטיג און ערהאלט יא קאלירן אבער וויבאלד עס איז איינגעפרוירן איין שטיק צו די אנדערע ווערט די ליכטיקייט ענערגיע פארלוירן און צעמישט און די קאלירן זעען זיך נישט געהעריג. אבער ווי געזאגט האט עס יא קאלירן און דאס קען זיך זען זייער שווער. א גוטער ביישפיל דאס צו פארשטיין איז א דיאמאנט שטיין וועלכע איז אויך דורכזיכטיג אבער פארמאגט אין פאקט קאלירן וועלכע זענען צעמישט און קענען נישט געהעריג געזען ווערן. וויבאלד א דיאמאנט איז ריינער בליטשקעט עס שיין אבער אייז פארמאגט אין זיך אסאך שטויב אויף וועלכע זי זאמעלט זיך אן אין די אטמאספערע און דערפאר זעט מען שווער די קאלירן.

שניי איז צוזאמענגעשטעלט פון אסאך קליינע אייז קריסטאלן וועלכע קענען קיין איינע נישט האלטן קיין קאלירן. ווי פריער דערמאנט איז אבער יא פאראן דארט קאלירן וואס קומען אריין און וויבאלד איין אייז איז נעבן די אנדערע שיקט עס ארום די קאלירן פון איינע צו די אנדערע אויפ'ן אויבערפלאך פון די אייז. די טבע פון קאלירן איז אז ווען מען שטעלט צוזאם אלע קאלירן אינאיינעם זעט מען ווייס. די קאליר ווייס איז די סך הכל פון אלע קאלירן און דאס קען קלאר געזען ווערן אונטער א מיקראסקאפישער לינדז אויב מען האט די ריכטיגע קאלירן. יעצט וויבאלד די צענדליגער קאלירן צירקולירן ארום די שניי איז דער סך הכל וואס מיר זעען ווייס.

מיט דעם איז גרינג צו פארשטיין פארוואס די שניי פארלירט איר ווייסקייט איינמאל עס ווערט צעלאזט. ווייל דער קאלירן ווייס איז נאר די אפשפיגלונג פון די פילע קריסטאלן וועלכע ליגן דארט אינאיינעם און איינמאל די שניי צעלאזט זיך בלייבט דערפון בלויז וואסער וועלכע פארמאגט אינגאנצצן נישט קיין קאליר.

שניי, אייז, רעגן, ווען יא און ווען נישט?

שניי קען נאר צעשטאנד קומען אין א טעמפרעאטור אונטער די פרירן פונקט וועלכע איז 32 פארנהייט אדער 0 צעלסיוס. אבער נישט אייביג קומט אראפ שניי נאר אנשטאט קען קומען רעגן אדער אייז האגל. דער סיבה פארוואס עס איז אמאל אזוי און אמאל אזוי איז געוואנדען לויט די וועטערס העכער אונזער אטמאספערע. אויב די וועטער איז 30 גראד דא אונטן מיינט נאך נישט אז די זעלבע וועטער איז אונטער די וואלקענעס.

אויב איינער לאזט זיך אראפ מיט א פאראשוט פון דער הייך פון די וואלקענעס וועט ער דורכגיין עטליכע וועטער דעגרי און יעדעס מאל וועט עס זיין אנדערש. אויב ביי אונז דא אונטן וועט זיין צוויי טעג נאכאנאנד 20 גראד איז זייער מעגליך אז אין דעם ערשטן טאג וועט 15,000 פיס ארויף אין דער לופטן זיין פיל קעלטער און דעם צווייטן טאג וועט גאר זיין ווארימער ווי ביי אונז. דאס איז ווייל די אטמאספערע איז איינגעטיילט אין וועטער שטאפלן און יעדע פון זיי קען זיין אנדערש פונעם צווייטן.

אויב א שניי ווערט פארמירט און דערנאך גייט עס דורך א מילדערע טעמפרעאטור וועט זיך עס צוריק אויפלאזן און ווערן רעגן. אויב עס וועט שפעטער נאכאמאל דורכגיין א קאלטע טעפרעאטור וועט עס צוריק איינגעפרוירן ווערן אבער דאסמאל קען עס שוין נישט ווערן נאכאמאל שניי ווייל ווי לענגער עס פאלט אלס שנעלער פאלט עס און דעמאלט האט עס שוין נישט קיין צייט זיך צוריק צו פארמירן ווייל עס פאלט צו שנעל. אמאל קען מען זען האגעל וואס איז גרעסער און האט אפילו אביסל א ווייסע קאליר אבער צוריק ווערן שניי איז נישט מעגליך ווייל די כוח פון גראוויטי וועט עס נישט ערמעגליכן.

צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות קענען טאקע די וועטער עקספערטן די שווערסטע פאראויסזאגן איבער שניי. אפילו ווען שניי פאלט שוין קענען זיי נאך אלס שווער וויסן וויפיל עס וועט פאלן אין די ענדע און וויפיל שניי עס וועט זיך אנזאמלן אויף די ערד.

עס איז אנגענומען אז עס קען נאר שנייען אין א מילדערע ווינטער טאג אבער אין פאקט האט שוין געשנייט אין די גרעסטע פרעסטן אזוי לאנג ווי די לופט האט פארמאגט גענוג פייכקייט אין זיך צו האלטן די שניי.

פאקטן וועגן שניי

ניו יארק באקומט די מערסטע שניי פון אלע שטעט אין אמעריקע און ראטשעסטער, ניו יארק, איז די שנייאיגסטע געגענט אין די שטאט. ראטשעסטער באקומט אין א דורכשניטליכע יאר ארום 94 אינטשעס שניי. דאס שטעטל פארמאגט 200,000 איינוואוינער און די שניי רייניגן קאסט איר אפ 3.7 מיליאן דאלאר א יאר.

די גרעסטע שנייען פאלן אין באפעלאו, ניו יארק, וועלכע איז זייער הויך אויפ'ן מאפע און גרעניצט זיך מיט קאנאדע פון דריי זייטן. געוויסע שטעט אין קאנאדע זענען גאר נידעריגער ווי באפעלאו. אין דעצעמבער 95' איז דארט געפאלן א שניי פון 39 אינטשעס אין ווייניגער ווי 24 שטונדן.

די העכסטע שניי אין די אמעריקאנער רעקארד איז געפאלן אין אלאסקע (אלאסקע איז נענטער צו רוסלאנד ווי צו דעם גרעסטן טייל פון אמעריקע) אין 953' וועלכע האט דעגרייכט 187 אינטשעס הויך וועלכע קומט אויס צו איבער 15 פיס הויך. די שניי אין באפעלאו איז אבער א גרעסערע רעקארד ווייל די שניי אין אלאסקא האט זיך אנגעזאמעלט נאך 7 טעג פון שנייען נאכאנאנד וואס קומט אויס צו 26 אינטשעס שניי פער טאג. די שניי אין באפעלאו האט דעגרייכט 39 אינטשעס אין בלויז 24 שטונדן.

אמעריקע איז א גרויס לאנד און איר געאגראפישער שטח פארמאגט פון אלע סארטן. אבער יעדעס איינציג ארט האט שוין אמאל טועם געווען א שניי. אפילו די געגענטער אין דרום פלארידע, וועלכע איז די נידעריגסטע אויף די מאפע, האט שוין אויך געזען עפעס שניי אין דער פארגאנגנהייט.

שניי איז זייער שיין און קוקט אויס זייער פרידליך. די ווייסע דעקע איז אבער דער גורם צו טויזענטער טויט פעלער אין די פאראייניגטע שטאטן זעלבסט יעדעס יאר. רוב טויט פעלער צוליב שניי קומען פון אויטא עקסידענטן וואס פאסירן וועגן שניי און די אנדערע טייל פאסירט דורך סקיערס וועלכע גליטשן זיך אראפ די בערג.

שניי איז טאקע זייער קאלט אבער זי קען גאר באשיצן פון קעלט. אויף די גרויסע שניי בערג מאכן מענטשן קליינע טענטס פון שניי וועלכע האלט זיי ווארים פון די פרעסטן.

אן אינטערעסאנטע געשעעניש פון שניי איז געווען אין אריזאנע (אריזאנע באקומט שניי איינמאל א יובל) ווען אין יאנואר דעם 20'טן 93' איז געפאלן א שניי פון איין אינטש צו די איבערראשונג פון אלע איינוואוינער וועלכע האבן אין זייער לעבן קיינמאל נישט געזען קיין שניי אין זייער סטעיט. פיר יאר דערויף דעם זעלבן דאטום (יאנואר דעם 20'טן) האט פאסירט די זעלבע זאך. זינט דעמאלט איז קיינמאל נישט געפאלן אפילו א ברעקל שניי.

די שטאטישע רעקארד פון ניו יארק זאגט אז ניו יארק האט אמאל געהאט א שניי שטורעם וועלכע איז באגלייט געווארן מיט דונערן און בליצן.


שניי און דרייוון

שניי איז א גרויסע שטער צו דרייווער, ספעציעל אין די שטעט וואס באקומען נישט אזויפיל שניי און האבן נישט די ריכטיגע עקוויפמענט דאס צו באזייטיגן. שניי שטערט די זעהקראפט פון דרייווער און איז פיל ערגער ווי שווערע רעגנ'ס. בשעת עס שנייט א געדיכטע שניי איז כמעט אוממעגליך צו זען געהעריג און די דרייווער זענען געצווינגן צו פארן לאנגזאמער.

די עפעקט פון שניי צו אויטאמאבילן בלייבט איבער פיל שפעטער נאכ'ן באזייטיגן די שניי ווען שטיקער אייז בלייבן איבער אויפ'ן ראוד און אויטאס גליטשן דערויף, ברענגנדיג אסאך עקסידענטן. עס איז נארמאל אז אין א טאג וואס שנייט איז פאראן 10 מאל אזויפיל עקסידענטן. רויב שניי פארבינדענע עקסידענט זענען מילד אבער דאך קען מען אנלייגן די שולד פון אסאך טויט פעלער אויף שניי.

שניי פארנעמט אסאך צייט פאר דרייווער ווען זיי דארפן אפפוצן די שניי פון די פענסטער, באזייטיגן די שניי ארום דעם אויטא, און מאכן דעם וועגן ארויס. איינמאל מען איז אינדרויסן איז מען נאך נישט פארזיכערט און מען קען נאך טיילמאל ווידער שטיין בלייבן אין ערטער וואו עס איז אנגעזאמעלט אסאך שניי.

די שטעט וועלכע זענען געוואוינט צו אסאך שניי איבער'ן ווינטער פארמאגן א גאנצע שטאב מיט ארבייטער וועלכע ארבעטן אין א סיסטעם וויאזוי אפצורייניגן די שניי. די גרויסע און וויכטיגע הייעוועיס ווערן די ערשטע גערייניגט און דערנאך רייניגט מען די זייטיגע ראודס. נאכ'ן אוועקשארן די שניי גיסט מען געווענליך זאלץ אין זאמד וועלכע העלפט צעלאזן די שניי און גיט א בעסערע "טרעקשען" פאר די רעדער פון אויטאמאבילן.

דאס גיסן אמאל זאלץ און אמאל זאמדהאט צעטאן מיט'ן וועטער. אין מילדערע וועטערס פעלט נישט אויס אזויפיל זאלץ ווייל די שניי צעלזאט זיך שנעלער און די שטאט שפארט זיך דאס געלט דורך לייגן זאמד. ווי קעלטער די וועטער איז אלס מער זאלץ ברויך מען נוצן און צומאל מוז מען לייגן נאר זאלץ.

אין די שטעט וואו עס שנייט כסדר איז וויכטיג פאר די דרייווער צו קויפן ווינטער רעדער פאר זייערע אויטאמאבילן וועלכע קען זיי העלפן אין די שווערע וועטערס. ווינטער רעדער זענען געמאכט פון א ווייכערע סארט וועלכע לאזט זיך בעסער איינטרעטן און קען זיך בעסער אן עצה געבן מיט'ן שניי. ארגינעלע רעדער זענען זייער הארט און קענען נישט כאפן די שניי און דרייט זיך ארום און ארום.