רוי:רבי שמואל יעקב וויינבערג

ווערסיע פון 23:14, 19 אקטאבער 2017 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

הרב שמואל יעקב ווײנבערג (נפ' י"ז תמוז ה'תש"ס) איז געווען א ראש ישיבה פון נר ישראל, באלטימאר.

שמואל יעקב איז געבוירן צו זיין פאטער ר' יצחק מתתיהו וויינבערג (נפ' אין ניו יארק י"ג תמוז תש"ה), א זון פון ר' נח אן אייניקל פונעם יסוד העבודה פון סלאנים און זיין  מוטער אילה, אן אייניקל פונעם חוות דעת פון ליסא און די דירעקטארין פון „בית יעקב" אין ניו יארק.

ער האט חתונה געהאט מיט מרת חנה, די טאכטער פון רבי יעקב יצחק רודערמאן, ראש ישיבה פון נר ישראל. זי איז געבוירן געווארן אין דייטשלאנד אין 1927 און האט שפעטער געוואוינט אין סלאבאדקע, אין 1931 האט די רודערמאן משפחה זיך געצויגן קיין קליוולאנד, אהאיא וואו הרב רודערמאן איז געווען א מגיד שיעור אין דער ישיבה. אין 1933 איז ער געווארן ראש ישיבה פון נר ישראל און די משפחה איז אריבער קיין באלטימאר. רביצין וויינבערג איז נפטר געווארן כ"ח טבת תשע"ב.[1]

זייער זון רבי מתתיהו וויינבערג וואוינט היינט אין דער אלטשטאט ירושלים; פריער האט ער געפירט א ישיבה אין סאן האזע, קאליפארניע.

רעפערענצן