רוי:שלמה באבער

ווערסיע פון 11:15, 24 מערץ 2017 דורך YI>פוילישער (פוילישער האט באוועגט שלמה בובער צו שלמה באבער אריבער ווייטערפירונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
שלמה בובער, 1897

שלמה באָבער איז געבוירן ה׳ שבט ה'תקפ"ז צו זיין פאטער ישעיהו אברהם, און זיין מוטער שרה לאה, די טאכטער פון א דרוקער רבי שלמה ב"ר מרדכי רובינטשיין פון זאלקאוו.

ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין הוסיאטין, און איז געווען אין זיין צייט פון די ראשי קהילה אין לעמבערג.

ר' שלמה באבער איז געווען א גרויסער חוקר אין אלטע ספרים, און א גרויסער קענער אין מדרשי חז"ל, און האט זיך אפגעגעבן צו דרוקן אסאך פון זיי. עס איז אים צוניץ געקומען דאס וואס ער האט געקענט רעדן אסאך שפראכן ווי אראמיש, סיריש, גריכיש, רוימיש, אסאך פון די אמאליגע מדרשים האבן זיך באנוצט מיט שפראכן, און ער האט דאס מפרש געווען אויף לשון הקודש.

ער איז געווען איינער פון די משכילים.[1]

ער האט געהאלטן פון דעם ירושלמי המזויף אויף קדשים, און האט אפילו אפגעשריבן א מבוא דערויף וואס שלמה לייב פרידלענדער האט אריינגעדריקט אינעם ירושלמי ע"ש אומרו, אבער ער איז אוועק נאך בעפאר די גאנצע פולמוס דערויף, דעריבער קען מען קיין סך נישט בויען דערויף.


ער איז נפטר געווארן י״א טבת ה'תרס"ז.

פֿאלגנד איז א ליסטע פון די ספרים וואס ער האט געדרוקט פון כתב יד:

מדרש תנחומא הקדום והישן, פסיקתא דרב כהנא, מדרש לקח טוב, בראשית שמות, מדרש שכל טוב, מדרש אגדה, מדרש אגדת בראשית, ליקוטים ממדרש אבכי"ר, ליקוטים ממדרש אלה הדברים זוטא, מדרש שמואל, מדרש תהלים, מדרש משלי, ילקוט המכירי, ביאורי ר' ידעיה הפניני, תהלים, מעין גנים, איוב, מדרש זוטא, מדרש איכה רבתי, פירוש רבי יוסף קרא, איכה, אגדת אסתר, ספרי דאגדתא מגילת אסתר, הוספות לרב פעלים, ספר האורה לרש"י, סידור רש"י, שבלי הלקט השלם, אנשי שם, קריה נשגבה

רעפערענצן

  1. אזוי שרייבט ער אין זיינע מבואות אויף די מדרשים.