רוי:רבי שלום ראובן ראזענפעלד

ווערסיע פון 11:25, 29 אקטאבער 2009 דורך YI>פוילישער (וויקילינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי שלום ראובן ראזענפעלד זצ"ל (ה'תרמ"ה - י"ט תשרי ה'תרע"ח), פון אשפעצין

אפשטאם

רבי שלום ראובן איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ה, צו זיין פאטער הרב אלעזר ראזענפעלד פון אושפצין, א זון פון הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת פראדיל א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.

הסתלקות

רבי שלום ראובן איז נפטר געווארן יונג אין א מגיפה, י"ט תשרי ה'תרע"ח.

פאמיליע

רבי שלום ראובן האט געהייראט מרת חנה גאלדא א טאכטער פון זיין פעטער הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער). זייערע קינדער:

  • מרת שיינדל די ווייב פון הרב נפתלי פרוינד, א זון פון הרב ישראל פרוינד רב אין באניאהד.
  • הכלה מלכה דבורה, הי"ד.
  • הבחור חיים, הי"ד.
  • מרת פראדיל (פריידא), די ווייב פון הרב יוסף דוד רובין (ה'תרנ"ח - ה'תש"ל (אומגעפער) ), סאסאווער רבי פון ניו יארק.

רעפערענצן

  • אוהב שלום
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר