רוי:שלום עליכם הויז

ווערסיע פון 12:42, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

שלום־עליכם־הױז (בית שלום־עליכם) איז א קולטור־צענטער פאר די יידישע קולטור. עס איז געגרינדעט געווארן אינעם יאר 1966 אין תל אבֿיבֿ און רופט זיך לויטן נאמען פון דעם באוווסטן יידישער שרייבער, שלום עליכם. דער דירעקטאר פונעם הויז איז פרופ' אברהם נאווערשטערן.

דער קולטור־צענטער פארנעמט זיך מיט פארשן, אפהיטן און פארשפרייטן די יידישע קולטור אריינגערעכנט יידיש-קורסן. אין דעם הויז עקזיסטירט א ביבליאטעק, פארטראג־זאל, ארכיוו, לערן־צימער און אן אויסשטעלונג־זאל. יעדע יאר באשטימען זיי סטיפענדיעס פאר די פארשער און געלערנטע.

די געביידע פונעם הויז האט אויספאמירט דער ארכיטעקט 'אוריאל כהנא', וואס איז געווען אן אוראײניקל פון שלום עליכם.

וועבלינקן