רוי:שלום לאנדא

ווערסיע פון 16:09, 14 נאוועמבער 2022 דורך YI>יהושע יוסף (Fixed grammar)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
שלום לאנדא
באלאנג סאטמאר אהרונים
באשעפטיגונג דיין
אמטן ראש ישיבת עמודי דגירסא ריבניץ
זיינע רביס רבי משה מנחם טירנויער

הרב שלום לאנדא איז א דיין אין וויליאמסבורג און האט געהאט א בית דין שטיבל מיט'ן נאמען לדון ולהורות צוזאמען מיט זיין ישיבה.

ער איז א זון פון הרב יוסף דוב לאנדא רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם אין קרית יואל און א ברודער פון ר' משה לאנדא רב פון ביהמ"ד יאמפאלע אין וויליאמסבורג, און א ברידער פון הנגיד יואלי לאנדא.

ער האט באלאנגט ביי סאטמאר מהר"א אנפאנג פון דעם מחלוקת און ער האט געפירט די דין תורה'ת, און ער ווערט אפט קרעדיטירט מיטן אויפבויען די הופער ביהמ"ד אין בלויז צוויי וואכן מיטן הילף פון יצחק ראזנבערג אבער שפעטער האט ער זיך ארויסגעצויגן פון דארט און פירט אן א אייגענע ישיבה פאר עלטערע בחורים.

זייענדיג א תלמיד פון הגאון רבי משה מנחם טירנויער זצ"ל וואס מען פלעגט רופן אין ישיבה דיין, האט ער אדאפטירט די נאמען "דיין" אין ישיבה, אנשטאט "ראש ישיבה", זוממער תשע"א האט ער געעפנט א כולל "מגן אברהם לדון ולהורות" וואס ווערט היינט געפירט און אויסגעהאלטן דורך זיין ברודער יואלי, עס איז היינט פון די שטארקע כוללים אין וויליאמסבורג.

חודש תשרי תשע"ז האט ער געעפנט די ישיבה עמודי דגירסא ריבניץ[1], פאר עלטערע בחורים פון קווינס ישיבה. היינט צוטאגס האט ער בחורים פון סאטמאר ישיבה גדולה אין קווינס און פון מתיבתא קרית יואל .

ער איז באקאנט מיט זיין קענטעניס אין תורת הנפש, אזוי אויך אינעם פעלד פון שלום בית ווי ער האט שוין ארויס געהאלפן צענדליגע אינגעלייט בעת צר. עס איז שוין ארויס פון די כולל אסאך תלמידי חכמים, רבי מענדל לייב מאשקאוויטש ראש ישיבת בני ישראל מאנסי איז צווישן זיינע תלמידים.

דורך זיין ישיבה נאך א לענגערע פרשה האט זיך געעפענט די ישיבה ים התלמיד און די ישיבה פון רבי ישראל משה מאשקאוויטש אין מאנסי.

וועבלינקען

מוסטער:רב-שטומף