רוי:אברהם ראוויץ

ווערסיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
אברהם ראוויץ
פארטיי דגל התורה
פראקציע יהדות התורה
כנסת דעפוטאט
21 נאוועמבער 198813 יולי 1992
16 יולי 199226 יאנואר 2009
כנסות 12, 13 - 17
11'טער פארזיצער פון פינאנץ קאמיטעט
19961999
אנזיכטיגע אמטן

הרב אברהם ראוויץ (כ"ו טבת ה'תרצ"ד, 13טן יאנואר 1934, תל-אביבא' שבט ה'תשס"ט, 26סטן יאנואר 2009, ירושלים) איז געווען א כנסת דעפוטאט פון יהדות התורה אין דער דגל התורה פארטיי. ער איז געווען אן אונטער-מיניסטער און אן אונטער-פארזיצער פונעם כנסת.

ביאגראפיע

 
כיכר על שמו בביתר עילית

הרב ראוויץ איז געבוירן תרצ"ד אין תל אביב פאטער רבי אריה לייב ראוויץ און מוטער הדסה ראוויץ, פאלעסטינע (היינט ישראל) און ער האט געלערנט אין דער חברון ישיבה, וואו ער האט באקומען היתר הוראה. אין די יארן פאר דער מדינה האט ער זיך צוגעשטעלט צו דער לח"י ארגאניזאציע, און שפעטער האט ער געדינט אין צה"ל. צווישן די יארן תש"י - תש"ל איז ער געווען טעטיג אין דער ארגאניזאציע "יד לאחים - פעילים".[1]

אברהם ראוויץ האט געגרינדעט דאס ארזי הבירה פערטל אין ירושלים צוזאַמען מיט יוסף חיים זאדה.[2]

ער האט געדינט אלס כנסת דעפוטאט פונעם 12טן כנסת ביזן 17טן כנסת, וואו ער איז געווען דער פירער פון דער דגל התורה פארטיי. ער איז געווען אן אונטערמיניסטער פאר בויען און באהויזונג, אונטערמיניסטער פון בילדונג, אונטערמיניסטער פאר פֿארזארג, און פארזיצער פון דעם פינאנץ קאמיטעט אין דעם כנסת.[3]

מיט זיין ווייב אביגיל האט ער געוואוינט אין בית וגן, ירושלים.זיי האבן געהאט צוועלף קינדער.

די נאכט פון ר"ח שבט איז ער נפטר געווארן אין דעם הדסה שפיטאל, עין כרם, ירושלים.


רעפערענצן

  1. הפרדס, אייר תשכ"ד, עמוד 42
  2. ארז"י איז ראשי תיבות א'ברהם ר'ביץ י'וסף ז'דה.
  3. הרב אברהם רביץ

מוסטער:פינאנץ קאמיטעט פארזיצער (ישראל)