רוי:רבי אברהם כהנעמאן

ווערסיע פון 09:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
רבי אברהם כהנעמאן

רבי אברהם כהנעמאן (כ"א תשרי ה'תרע"ג, 2טן אקטאבער 1912 - ל' שבט ה'תשס"ט, 24סטן פעברואר 2009) איז געווען דער נשיא פון דער פאנאוועזשער ישיבה פון תש"ל ביז די מיטלער תש"ן יארן. ער איז געווען דער זון פון הרב יוסף שלמה כהנעמאן, גרינדער פון דער ישיבה און איר ערשטער ראש ישיבה.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן הושענא רבה ביינאכט תרע"ב אין ליטא, פאר דער ערשטער וועלט-מלחמה. ער האט געלערנט אין מיר ביי רבי אליעזר יהודה פינקל.

ביים אנהייב פון דער צווייטער וועלט-מלחמה איז ער ארויף קיין ארץ ישראל מיט זיין פאטער, וואו ער האט געלערנט א יאר אין דער מירער ישיבה אין ירושלים. ער האט געהאלפן זיין פאטער אויפשטעלן די פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק.

אין תש"ו האט ער חתונה געהאט מיט רבקה קנאלער, טאכטער פונעם בערלינער ראש הקהל. אין די סוף 1940ער יארן האט ער עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן, וואו ער האט געוואוינט ביז דער פטירה פון זיין פאטער אין אלול תשכ"ט, ווען ער איז צוריק אין ישראל און האט איבערגענומען דעם אמט פון נשיא פון דער ישיבה. ער איז געבליבן ביי דעם אמט ביז די מיטעלער 1990ער יארן ווען זיין געזונט האט אים מער נישט געלאזט ווייטערגיין מיט דער ארבעט.

פון דעמאלסט אן האט אנגעהויבן א געראנגל צווישן זיין זון, רבי אליעזר כהנעמאן, און זיין איידעם, הרב שמואל מארקאוויטש.

ער איז נפטר געווארן ביי דער עלטער פון 97, און מען האט אים באערדיגט אין דעם פאנאוועזשער בית עולם אין בני ברק, נאנט צו זיין פאטער'ס קבר.

משפחה

רבי אברהם און זיין ווייב רבקה האבן געהאט צווי קינדער:

רעפערענצן

  1. אהרן יונג, ‏רביצין אלישבע כהנעמאן, אויף JDN(העברעאיש)

מוסטער:רב-שטומף מוסטער:ישראל-שטומף