רוי:ריטשע

ווערסיע פון 02:48, 30 יוני 2021 דורך YI>מתתאל
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
ריטשע

ריטשע איז א קליין שטעטל אין די גלילות פון איהעל אין צפון אונגארן לעבן דעם גרענעץ מיט סלאוואקיי.

בשעת די נאצים זענען דארטן אריין געקומען בערך צווישן 60 - 80 אידישע נפשות לויט די לעצט פארבליבענע איבערלעבער.

עס האט געהערשט א גרויס רחבות דארט אין שטעטל ווייל דער בארומטער אקטיאר פון האליוואוד אדאלף צוקער איז א דארטיגער געבוירענער און ער פלעגט קומען דארטן יערליך וויזיטן און ער פלעגט מיטברענגען גרויסע באשטייערונגען און פארטיילן פאר די דארטיגע געזעלשאפט און די פריערדיגע יארן איז דאס געווען א גרויסער האנדלס פלאץ מיט אסאך סוחרים אבער אין די שפעטער יארן פון פאר די קריג איז די שטעטל געווארן אויסגעשפילט און ווען ער פלעגט אהין קומען פלעגן אסאך מענטשן קומען אהין און זיך אנגעבן אז זיי וואוינען דארטן כדי צו קענען נהנה זיין פון זיין מתנת יד
מאנכע האבן נישט געוואלט נעמען פון זיינע ביישטייערונגען ווייל ער פלעגט אייניג איינטיילן צווישן די אידן און להבדיל קריסטן איינמאל ווען ער איז געקומען איז ער געקומען מיט א סוויטע פון פופצן אויטאמאבילן וואס עס איז געווען בכלל א חידוש אן אויטא אין יענע יארן.