רוי:ריטשארד פיינמאן

ווערסיע פון 17:37, 27 נאוועמבער 2019 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
ריטשארד פֿיינמאַן
RichardFeynman-PaineMansionWoods1984 copyrightTamikoThiel bw.jpg
פעלדער פיזיק
וואוינארט פאראייניגטע שטאטן
פרעמיעס און פארערונג געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1965
הויפט ביישטייערן
זיין ארבעט אין דעם געביט פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק

ריטשארד פֿיליפס פֿיינמאן (ענגליש: Richard Phillips Feynman‏; 11טן מיי 1918, קווינס, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן15טן פעברואר 1988, לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע) איז געווען א יידיש-אמעריקאנער פיזיקער, א געווינער פונעם נאבעל פריז פאר פיזיק אין יאר 1965 פאר זיין ארבעט אין דעם געביט פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק. ער האט בייגעשטייערט א סך צו דער אנטוויקלונג פון דער טעאריע פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק בפרט, און צו פיזיק בכלל, און ער איז געווען אן אינספירנדער לעקטאר. ער איז געווען א שותף אין דעם "מאנהעטן פראיעקט" פאר אנטוויקלען דעם אטאם-באמבע און אן אנזיכטיגער מיטגליד אין דער "ראדזשערס קאמיסיע" וואס האט געפארשט די אומשטאנדן פון דעם טשאלענדזשער קאסמאס-שיף קאטאסטראפע.