רוי:רבי אברהם וויינבערג (ערשטער)

ווערסיע פון 11:01, 27 מאי 2014 דורך YI>פוילישער (געענדערט סארטירן צו קאטעגאריע:סלאנים: "אברהם 1" דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי אברהם ווייבערג (תקס"ד - י"א מרחשון תרמ"ד) איז געווען דער ערשטער סלאנימער רבי און דער מחבר פון דעם ספר "יסוד העבודה".

יונגע יארן

רבי אברהם איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ד צו זיין פאטער רבי יצחק מתתיהו וואס איז געווען דער דיין אין פינסק, רייסין (היינט בעלארוס). רבי יצחק מתתיהו האט געהאנדלט מיט ווייצן בשותפות מיט זיין שוואגער ר' איסר ספעקטאר, דער פאטער פון רבי יצחק אלחנן ספעקטאר פון קאוונע.

ער איז געווארן א חסיד פון רבי נח לעכאוויטשער און דערנאך צו זיין תלמיד רבי משה פון קאברין.

די רביסטעווע

פאר דער פטירה פון זיין רבי'ן דער קאברינער אין תרי"ח, האט זיין רבי ממנה געווען רבי אברהם צו פירן די חסידים. ער האט געפירט זיין הויף אין סלאנים. מוסטער:חסידות־שטומף