רוי:ראמאדאן

ווערסיע פון 18:02, 25 יולי 2018 דורך YI>לאג רעיל ((איך האַס "חגא" פאר די נישט-יידישע חגים; ס'איז בעסער צו נוצן "פֿייערונגען" אדער "צייטן" פאר זיי))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קרעסאַנט פון ראמאדאן

דער ראמאדאן (אַראַביש: رمضان) איז דער ניינטער מאנאט פון דעם איסלאמישן קאלענדאר.

אין דעם מאנאט פירן זיך די מוסולמענער, מענער און ווייבער פון 13 יאר אלט, צו פאסטן יעדן טאג פון עלות השחר ביז צאת הכוכבים, ווייל לויט זיי איז אין דעם מאנאט געשריבן געווארן דער הייליקער קוראן דורך מלאך גבריאל צו מוכאמאד, וואס דערפאר האט מוכאמאד נישט געגעסן און נישט געטרונקען משך דעם גאנצן מאנאט.

אין דעם חודש פירן זיך די מוסולמענער צו פייערן און פראווען סעודות יעדע נאכט, און צו עסן טייטלען, לזכר דעם וואס מוכאמאד האט דאן אויך געגעסן טייטלען.

איינער וואס צוליב-וואס האט נישט געקענט פאסטן אין די טעג, דארף ער משלים זיין דעם תענית און פאסטן אין א אנדער צייט.

אזוי ווי דער איסלאמישער קאלענדאר באשטייט צוועלף מאנאטן לויט דער לבנה, איז דאס איסלאמישע יאר קורצער פונעם זון יאר מיט 11 טעג, און דער מאנאט ראמאדאן רוקט זיך צוריק מיט 11 טעג יעדע יאר.