רוי:רבי אברהם הורוויץ (פאקשיווניץ)

ווערסיע פון 09:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רבי אברהם הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - ה'תש"ג), רבי אברהם'לי פאקשיווניץ.

אפשטאם

רבי אברהם'לי איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יחיאל הורוויץ, רב אין פאקשיווניץ, א זון פון הרב מאיר הורוויץ פון דזשיקאוו, דער אמרי נועם,א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.

רבנות

נאך די פטירה פון הרב נפתלי הורוויץ דער עלטערער ברודער פון רבי אברהם'לי, איז רבי אברהם'לי געווארן רב אין פאקשיווניץ. ער האט דארט אויף געשטעלט א ישיבה "בית יחיאל" אויף זיין פאטער'ס נאמען און דארט מרביץ תורה געווען.

הסתלקות

ביים אויסברעכען פון דער צווייטער וועלט קריג איז רבי אברהם'לי אנטלאפען קיין באכניא און ער איז דארט אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ג, הי"ד.

פאמיליע

רבי אברהם'לי האט געהייראט די טאכטער פון הרב משה אליקים בריעה אונגאר, פון דאמבראווא. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר