רוי:ראדיאאקטיוויטעט

ווערסיע פון 12:39, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
אלפא שטראלונג איז א טיפ ראדיאאקטיוויטעט, ווען אן אטאמקערן לאזט ארויס אן אלפא טיילכל, און ווערט פארוואנדלט אין אן אטאם מיט ') מאסע נומער 4 ווינציקער און אטאם נומער 2 ווינציקער. אויך זענען פאראן אסאך אנדערע טיפן ראדיאאקטיוויטעט.

ראַדיאאַקטיוויטעט איז דער פראצעס ווי אן אטאמקערן פון אן אומסטאבילן אטאם פארלירט ענערגיע ביים ארויסלאזן טיילכלעך.

די ערשטע שטראלונג פראצעסן וואס מען האט אויסגעפונען זענען געווען אלפא שטראלונג, בעטא שטראלונג, און גאמא שטראלונג.

די מערסטע אטאמען זענען סטאביל און נישט ראדיאאקטיוו.

למשל, נארמאל האבן קוילנשטאף אטאמען אין זייער קערן זעקס פראטאנען און זעקס נייטראנען; דאס ווערט גערופן קוילנשטאף-12, ווייל צוזאמען האט דער אטאם אן אטאם־מאסע פון 12 פראטאנען און נייטראנען. ווען דער אטאם האט נאך צוויי נייטראנען האט ער אן אטאם־מאסע פון 14; דאס רופט מען קוילנשטאף-14. אין אזא פאל איז ער ראדיאאקטיוו.

ראדיאקטיווע אטאמען קענען זיין שעדלעך צו מענטשלעכן געזונט.

דער ערשטער וואס האט אנטפלעקט ראדיאאקטיוויטעט איז געווען דער פיזיקער אנרי בעקערעל אין 1896.