רוי:ראבינדראנאט טאגאר

ווערסיע פון 07:59, 6 נאוועמבער 2015 דורך YI>CommonsDelinker (Replacing Tagore3.jpg with File:Rabindranath_Tagore_in_1909.jpg (by CommonsDelinker because: File renamed: Criterion 2).)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
ראַבינדראַנאַט טאַגאר

ראַבינדראַנאַט טאַגאר (בענגאליש: রবীন্দ্রনাথ ঠাকুর)‏ (7טן מיי 18617טן אויגוסט 1941) איז געווען א בענגאלישער דיכטער, פילאסאף, און אינדישער פאטריוט. ער איז געווארן באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר ליטעראטור אין 1913 און איז דעמאלסט געווען דער ערשטער נישט־אייראפעישער צו געווינען א נאבעל פריז.

ביאגראפיע

טאגאר איז געבוירן געווארן אין קאלקאטא אין 1861, דער יונגסטער פון פערצן קינדער, צו זיין פאטער דעבענדראנאטה טאגארע און זיין מוטער סאראדא דעווי. ווען ער איז געווען אלט אכט יאר האט ער געשריבן זיין ערשטע פאעמע.

אין 1878 איז ער געפארן קיין לאנדאן, ענגלאנד. ער האט געוואלט שטודירן ווערן אן אדוואקאט. אבער אין 1880 האט זיין פאטער גערופן אים צוריק פון לאנדאן כדי צו הייראטן א מיידל, מרינאליני דעווי.

ער האט געשריבן א פאעסיע פון א הונדערט שורות וועגן דער ארעמקייט אין קאלקאטא. שפעטער האט סאטיאדזשיט ריי באזירט איינער פון זיינע פילמען אויף אט דער פאעסיע.

אין זיינע שפעטערע יארן האט טאגאר קריטיקירט מאהענדאס גאנדי.

אין 1937 איז ער געווארן קראנק, ביז אין 1941 איז ער געשטארבן אין קאלקאטא, אין דעם זעלבן הויז וואו ער איז געבוירן.