רוי:קרית ים

ווערסיע פון 12:39, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קרית ים
Kiryat Yam1949.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
קאָאָרדינאַטן 32°55′43.68″N 35°4′35.03″E / 32.9288000°N 35.0763972°E / 32.9288000; 35.0763972 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
ראַיאָן חיפה דיסטריקט
בירגערמייסטער דוד אבן צור

 ‑ אין שטאָט

{{{2}}}‏
צייט זאָנע UTC+2

קריַת ים איז א שטאט אין חיפה דיסטריקט, ישראל, און איינע פון די שטעט אין קריות. געגרינדעט אין יאר 1941, און אנערקענט אלס שטאט אין 1976. געפונט זיך אכט קילאמעטער צפון פון חיפה.

קרן קיימת לישראל, און אן אמעריקאנער געזעלשאפט, האבן אויספלאנירט די שטאט נאך אין 1939. זיי האבן געבויט 60 הייזער, און 40 פון זיי איז געגאנגען פאר בריטישע זעלנער, און די איבריקע איז פארקויפט געווארן.

די בריטישע האבן געזען אין די ים ברעגעס, א וויכטיקע סטראטעגישע ציל, וויבאלד עס איז קעגן איבער דעם פארט, און דעריבער איז געווען אן אנוועזנהייט פון סאלדאטן אין שטאט, ווי אויך א מיליטערישע באזע. יידישע נוטרים האבן זיך אויך געפונען אין שטאט, און שפעטער האבן זיך א טייל פון זיי, אויך באזעצט אין שטאט.

אנהייב זענען יידן, באפרייטע פון מיליטער דינסט, געווען רוב איינוווינער פון שטאט, יידן וואס האבן געדינט אין בריטישן מיליטער, אדער די יידישע בריגאדע, ביי דער צווייטער וועלט מלחמה.

ביי דער צווייטער לבנון מלחמה, איז די שטאט באטראפן געווארן פון קאטיושא ראקעטעס, וואס האט פאראורזאכט שאדענס צו דער שטאט, אבער אין שטאט איז קיינער נישט אומגעקומען. פינף איינוווינער פון שטאט, זענען אומגעקומען אין חיפה באן מעכאניק, ווי אכט ארבעטער זענען אומגעקומען, און פינף זענען געווען פון קריית ים, אויך איז א סאלדאט פון צה"ל, אן איינוווינער פון שטאט, אומגעקומען אין די שלאכטן אין לבנון.


מוסטער:שטעט אין ישראל