רוי:קריעה
קריעה אין יידישקייט איז צורייסן די קליידער וואס מען גייט אנגעטון ביז עס דעקט זיך אויף דאס הארץ אלס א סימן פון טרויער. דאס דארף מען טון פאר די זיבן קרובים: פאטער און מוטער (פאר די צוויי רייסט מען קריעה אויף דער לינקער זייט), ברודער, שוועסטער, זון, טאכטער און מאן אדער ווייב (פאר די לעצטע פינף רייסט מען קריעה אויף דער רעכטער זייט). אויך איינער וואס איז אנוועזנד ביי יציאת נשמה רייסט קריעה.