רוי:קעגן לבנון בערג

ווערסיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

די קעגן לבנון בערג, איז א קייט פון בערג, וועלכע געפונען זיך אין לבנון, און דינט אלס גרעניץ צווישן לבנון מיט סיריע.

די לענג פון די בערג זענען 150 קילאמעטער, פון דרום איז הר חרמון וועלכע איז א פונקט פאר גרעניצן צווישן דריי לענדער, ישראל, סיריע און לבנון, און איז די העכסטע בארג, מיט א הויכקייט פון 2,814 מעטער. און צפון איז די "משה ארויפגאנג" בארג, וועלכע גרייכט א הויכקייט פון 2,669 מעטער.

די גרעניץ פון די היינטיקע לבנון, איז באשטימט געווארן דורך דער פראנצויזישער מאנדאט, פון איין זייט די בארג צו לבנון, צו די אנדערע זייט, ווי עס געפונען זיך עטליכע טייכן צו סיריע.

צו מערב זייט פון די בערג, געפונט זיך די לבנון טאל, און די לבנון בארג. צו די סירישע זייט, געפונט זיך די דמשק פלאכלאנד, ווי עס געפונט זיך די הויפטשטאט פון סיריע, די בערג דערגרייכן ביז האמס, אין סיריע.