רוי:קליינע קישקע

ווערסיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

די קליינע קישקע איז דער טייל פון די געדערעם וואס הייבט אן פון דעם מאגן און ציט זיך ביז צו דער גראבער קישקע, און איז דער הויפט טייל פון דער פארדייאונג סיסטעם. אין א מענטש וואס איז עלטער פון פינף יאר איז די קליינע קישקע לאנג פינף אדער זעקס מעטער. כאטש זי איז לענגער ווי די גראבע קישקע, הייסט זי די קליינע קישקע ווייל זי איז שמעלער.

אין דער קליינער קישקע ווערט דער נערשטאף פונעם עסן איינגעזאפט אינעם קערפער. אויך העלפט די קליינע קישקע אויסרייניקן קארבאן דיאקסייד פונעם בלוט און טוישן מיט זויערשטאף. דאס עסן בלייבט אין דער קליינער קישקע אומגעפער דריי שעות.