רוי:קופער

ווערסיע פון 06:36, 19 מאי 2019 דורך YI>Minorax (png -> svg)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
Cu-TableImage.svg
מעטאַליש קופּער

קופער איז א כעמישער עלעמענט מיטן סימבאל Cu (לאטייניש: cuprum) און אטאמישן נומער 29. עס איז אן איבערגאנג מעטאל.

פעניס ביז אינמיטן די 1980ער יארן פלעגט געמאכט ווערן פון ריין קופער, היינטצוטאגס צוליב די טייערקייט פון קופער און די שוואכקייט פונעם פעני ווערט דאס צוזאמגעמישט אויך מיט אנדערע מעטאלען ווצבש"פ צינק.

מען באניצט קופער אין א סאך כעמישע רעאקציעס ווי צום ביישפיל אין דער סאנאגאשירא רעאקציע (ענגליש: "Sonogashira Reaction", דײַטש: "Sonogashira Reaktion") אלס א קאטאליזאטאר וואס פארקניפט סוף-שטענדיקע (ענגליש: "terminal", דײַטש: "endständig") אלקינע מיט ארילהאלאגענידן (ענגליש: "aryl halide", דײַטש: "Arylhalogenid") כדי צו שאפן צווייענדיק-פונקציאנאליזירטע אלקינע. די דאזיגע רעאקציע איז אויך קאטאליזירט מיט פאלאדיום.מוסטער:וויסן-שטומף