רוי:קומזיץ

ווערסיע פון 03:52, 3 נאוועמבער 2014 דורך YI>ציגרעטל (←‏אין ישראל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

קומזיץ איז א שניט פון זינגען וואס קומט באגלייט מיט לייכע אינסטרומענטן - געעווענליך א גיטאר און א האנט פויק.

דאס ווארט איז צוזאמגעשטעלט פון די צוויי יודישע ווערטער קום און זינג.

דעם קומזיצער'ס שטימע, מוזיק און מהלך אין זינגען לויפט אויף אזא אופן, וואס מוטיגט די אנוועזנדע זיך צוצוזעצן און מיטזינגען.

דערפאר ווען מ'רעדט פון א קומזיץ ניגון באציהט מען זיך צו א רואיגע, ווארעמע, התעוררות'דיגע, פאמעליכע און לייכטע מארשן און ניגונים וואס איז געאייגנט צו זינגען א גרופע מענטשן אינאיינעם.

געווענליך איז עס ביי א מסיבה פארברענג מיט לייכטע צובייס און געטראנקען אדער אויפן גאס ארום א פייער.

אין ישראל

אין ישראל איז עס זייער פאפולער בעיקר אלס פארברענג ארום א פייער (גערופן אויף ענגליש: קעמפ-פייער), ספעציעל ביי די יוגנט.

מען האט שוין דארט געפרואווט צו טוישן דער נאמען צום העברעאישן שבנא אדער אראבישן טוזיג, אבער אהן הצלחה.

לינקען